לייענט אין קומענדיקן נומער:

דעם סאָף פון ה. פּאָליאנקערס ,דער בעקער פון קאַלאַמיע", דעם ראָמאן פון א. קליאָנאָוון , די אנטלאַפּענע פון או פאָרט".

אן

קינסטלערישע רעפּאָרטאזשן, רײַזע-נאָטיצן און פארצייכענונגען: ש. רא ב י-

נאָװיטש. מאָסקװע--טעל-אוויוו; ש. ג אָָר דאָן. שטעטלעך (סאָף);

ד. האָפש ט יין. די מוטער רוטמאן אא.

לידער-ציקלען פון מ. סאקציִער, י. קאָטליאר, ש. רויטמאן. ח אין דער אָפּטײלונג פון קריטיק ועלן פארעפנטלעכט װערן ארטיק- לען פון י. ליובאָמירסקי וועגן אײַזיק הובערמאנען, פון י. סערעבריאני וועגן שאָלעם-אלייכעמס ,, מענאכעם-מענדל" אא. א

זיכרוינעס. בריוו פון לייענער. ליטערארישע נײַס. שעפערישע לאבאָרא- טאָריע. זינג-ליד,

יק

ר יט ( ר

ישר

= א

ליטעראריש-קינסטלערישע כוידעש-זשורנאל

= יע |זיימכאנד

זעינה :טשפ

0-טער יאָרצײַט פון שאָלעם-אלייכעם

שאָלעם:אלײיכעמס געוינעס + + + . . , 6 5 ט 54 2 6 נאָכעם אויס לענדער. דער יונגער ר קטקנ טקנעב (פּיעסע אין דרײַ אקטן),. + + + . . ס10"9ס ס 85 : ל. ראבינאָװיטש (ליאלי סדסקמר מײַן פאָטער. פאָר- עשאקס - כאצקק נאהעל .60 6 . : מוישצ אלטמאן. שאָלעם:אלײכעם -- דער מוסל-זל, הל דער קהגשצרב 2;טעהאטהי 6 24 6 .

יי

אויזער האָלדעס. ראיוינעס װעגן אונדזער פאָלקס-שרײַבער -22כ2כ72כ 77

מוישע טײף. דער טאָג דער הײַנטיקער (לידצה) . . . . הירש פּלאסקאָװ. פראָנטאָויקעס (פארצייכענונג) : ס 0 הירש רעלעס. צוגאסט אין שטעט?. -- ,גאָרניט, גאָרניט איז נגט אלביקי. (ללקעף) ‏ 0 . 02 . ס 6 0 2 2 שירע גאָרשמאן(צום 660טן געבורטסטאָג). זאָל פעלן א האָר... -- שטיינערנע הערצער. --פארב געם בא מיר (דערציי- )טס ס 9 0 0 0 0 8 ס טס 0 8 5 2 יי 8 א כאי;ִם מאלטינסקי זײַט װיסן (לידער) . . : הערש? פּאַליאגקער. דער בעקער פון קאַלאָמײע (רהימער סײײ?). צייכענונגען ה. אינגער 0 6 6 0 0 מאָט? גרוּװמאן צום 50טן גלכורטסטָג, בא יונגער שי (סשש6). 6 ס ס ס'ס'ש א ל טג 2 ר אירמע דרוקער. קלעזמער (ראָמאן. סאָף). צייכענונגען 0 ישטה ס טס ס 0 ס ט םס 0 ליטעראטור און קונסט. לט = מעניט סקס באגא- בונג (צום 60*טן געבורטסטאָג פון ריווקע רובין) פהגטט. ם 0 0 0 8 0 טס ס 2 בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען 2 רע 6 ס 6 0 ס 0 ס ס 20 ט א 2 ר יי נאָטיצן אפן קאלענדאר ס ס ם 0 8 0 0 ס 0 0 לאָמיר זינגען נײַע לידער. אף העכסטער הײך. װער- טער - שמוע?ל ראָסין מויק -- לײב יאמפּאָלסקי

5 0 +

ס 6 ס ם ס 0 וק

זײַט

הױיפּט-רעדאקטאַר א. ווערגעליס. רעדקאַלעגיע: ה. אַשעראַװיטש, אי. באַי רוכאַװיטש, א. גאַנטאר, מ. טייף, נאַטע לוריע, מ. לעוו (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), ב. מילער, י. פאליקמאן ם פרײ; י ראבין ה. הובין

יי ושאַָלשם-אלייבוום

שאָלעם-אלייבכעמס געוינעס

יעדע נאציאָנאלע ליטעראטור רוקט ארויס קינסטלער, וועלכע דריקן אויס אפן סאמע בוי- לעטן און טיפן אויפן דעם היסטאָרישן כאראקטער און די גײַסטיקע הופּט-שטריכן פו- נעם פאָלק.

אין דער ייִדישער ליטעראטור איז אזא שרײַבער שאָלעם-אלייכעם. זײַנע ווערק זײַנען ארײַן אין אויצער פון דער אינטערנאציאָנאלער, אלמענטשלעכער קולטור. זײַן שאפונג אין אומ- שטערבלעך.

שאָלעם-אלייכעם, ווען ער איז געווען נאָך יונג, האָט אָנגעמערקט דעם פּאָרטרעט פונעם פאָלקס-שרײיַבער, דעם קינסטלער, װאָס איז בארופן צו זײַן ,דער פאָלקס-זינגער" און װאָס צווישן אים און דעם פאָלק עקזיסטירט ,, אן אייביקער בונדיע.

עס איז שווער צו געפינען נאָך א צווייטן בײַשפּיל אין דער ייִדישער ליטעראטוה, ווען א שרײַבער זאָל מיט אזא פּאטאָס ריידן וועגן דעם בארוף פונעם שעפער, ועגן זײַן פארבינדונג מיטן לעבן און מיטן פאָלק. עס איז א גאנץ קאָמפּליצירטע אופגאבע צו פאָרמולירן דעם טאָך פונעם דאָזיקן בארוף. פונדעסטוועגן װעלן מיר פּרוּוון איצט, צו שאָלעם-אלייכעמס 50:טן יאָר- צײַט, זיך פארטראכטן איבער דעם, װאָס שטעלט מיט זיך פאָר שאָלעם-אלייכעמס בארוף און זײַן גרוױיסקײַט.

1 אין שײַן פון דער עפאָבע

שאָלעם-אלייכעם האָט, װי אלע ייִדישע שרײַבער, אָפּגעשפּיגלט אין זײַנע װערק דאָס ייִדישע לעבן פון זײַן צײַט. אלע פּראָצעסן און דערשיינונגען פונעם פאָלקס לעבן זײַנען פאָרגע- שטעלט אין זײַנע ווערק: די שטאָט, דאָס שטעטל, דאָס דאָרף, פארשיידענע לענדער, פארשיידענע שטייגערס, אלערליי פּראָפּעסיעס, סאָציַאלע פּסיכאָלאָגיעס, די סאמע געויינלעכע און אומגע- וויינלעכע קאָנפליקטן, צוזאמענשטויסן, אנטאגאָניזמען און קאָנטראסטן.

שאָלעם-אלייכעם האָט אין קרייז פון זײַן שילדערונג אײַנגעשלאָסן דאָס לעבן און די פּסי- כאָלאָגיע פון דער גאנצער ייִדישער באפעלקערונג: גווירים, אָרעמעלײַט, אינטעליגענץ, קלייקוי- דעש, באלמעלאָכעס, ארבעטער, קינסטלער, דעקלאסירטע, אונטערוועלט-פּארשוינען, קינדער, פרויען.

די זאך באשטייט אָבער ניט בלויז דערין, װאָס שאָלעם-אלייכעם האָט געמאָלט אלזײַטיק דאָס ייִדישע לעבן. ניט וייניקער וויכטיק איז דאָס, װאָס ער האָט געמאָלט דאָס לעבן אין שײַן פון דער עפּאָכע. דאָס באטייט, אז שאָלעם-אלייכעם איז געווען א קינסטלער, וועלכער האָט מיט זײַן שאפונג פארקערפּערט די היסטאָרישע באוועגונג, ער איז געשטאנען אף דער הײַך פון דער עפּאָכע.

שאָלעם-אלייכעם האָט געשאפן אין פארלויף פון העכער דריי צענדליק יאָר. אין דעם פּעריָאָד האָט זיך אנטוויקלט דער אימפּעריאליזם, איין רוסלאנד האָט אױיסגעבראָכן די ערשטע רעװאָליוציע, עס האָט זיך אָנגעהויבן די ערשטע וועלט-מילכאָמע, וועלכע האָט באטײַט דעם

5

: שאָלע םא לײכעם. שאָמערס מישפּעט. בערדיטשעו, 1888, ן. 67,

אָנהײב פונעם קריזיס פון דעם אימפּעריאליזם ערעוו דער סאָציאליסטישער אָקטיאבער-רעװאָ- ליוציע. די ווירקונג פון אָט די אלע היסטאָרישע פּראָצעסן שפּירט זיך דײַטלעך אין שאָלעם- אלייכעמס ווערק. כאָטש אף א מאָדנע-מעשונעדיקן קאסרילעווקער אויפן, איבערגעבראָכן אין דער פּריזמע פון דער פּסיכאָלאָגיע פונעם קליינעם מענטשעלע, הערן מיר פאָרט אין זײַנע שאפונגען דעם הו-הא פון דער בא 6 בירזשע, דעם טומל און דעם טראסק פון דער קאפּיטאליסטישער גרוױיסשטאָט, די שווע טריט פון די פּאָליאקאָװוט, די בראָדסקיט, די ראָ- יק מיר זעען אפילע דעם בלענדנדי גלאנץ פון דער בורזשואזער ציוויליזאציע אין דער

רעסטער שטאָט פון דעם מעכטיקסטן קאפּיטאליסטישן לאנד אמעריקע. אין שאָלעם- טס ווערק האָבן מיר א ברייטע אָפּשפּיגלונג פון דער ערשטער רוסישער רעװאָליוציע, בילדער פון רעװאָליוציאָנערן קאמף, פון. דעמאָנסטראציעס און גאסן-שלאכטן סאָציאלע און נאציאָנאלע קאָנפליקטן, פּאָגראָמען און שטרייקן, פון אומלעגאלער רעװאָליוציאָנערער טעטי- קײַט, פון דעם דרייפוס-איניען, פונעם בייליס-פּראָצעס, פון די רעאקציעיאָרן ר דער רעואָ- ליוציע --- פון די אמערסטן וויכטיקע געשעענישן, כאראקטעריסטישע פארן אָנהייב פונעם צוואני ציקסטן יאָרהונדערט.

אָבער זאָגנדיק, אז שאָלעם-אלייכעם איז געשטאנען אף דער הייך פון דער עפּאָכע, ווילן מיר דערמיט ניט באהויכּטן, אז ער האָט אומעטום געשילדערט דאָס לעבן װי א קינסטלער, וועלכער איז דורכגעדרונגען מיט א רעװאָליוציאָנערער אידיייש-פילאָסאָפישער און היסטאָריש- פּאָליטישער װועלט-אָנשױיוּנג. שאָלעם-אלייכעם איז ניט געווען קיין רעװאַליוציאָנערער קעמפער. ער איז אָבער געווען א דעמאָקראט און א הומאניסט, און די 4 פּראָבלעמען

און פּראָצעסן פון דער עפּאָכע האָט ער קינסטלעריש אופגעפאסט אף פֿראָגרעסיוון אויפן. בענעגייע שאָלעם-אלייכעמען איז גילטיק דער מארקסיסט ישער ? שט א אף די גרויסע קינסטלער פונעם קריטישן רעאליזם: זייער קינסטלערישע שאפונג איז ברייטער פון זייער אידעאָ-

לאָגישער וועלט-אופאסונג. מיר האָב דאָ אין זינען ענגעלטעס ארױסזאָגונג וועגן באלזאקן:

שאָלעם-אלייכעם איז, נאטירלעך, דעמאָקראטישער און פאָלקסטימלעכער, ; ער האָט קיינמאָל ניט סימפּאטיזירט די אריסטאָקראקטן און איז ניט געווען קיין איז, פארקערט, געווען אן אנטשיידענער קעגנער פונעם צאריזם, פון סאָציָאלער און נאציאָנאלע אונטערדריקונג. אזוי װי באלזאק אין זײַן צײַט האָט געשאפן די , מענטשלעכע קאָמעזיע" פון דער פראנצויזישער געזעלשאפט, אזוי האָט שאָלעם-אלייכעם געשאפן די ייִדישע ,/מענטשלעכע קאָמעדיע", די עכטע רעאליסטישע ,געשיכטע פון די ייִדן" אין צוואנציקסטן יאָרהונדערט. אין זײַנע ווערק ;מענאכעם-מענדל", ,טעוויע דער מילכיקער", ,, מאָטל פייסי דעם כאזנס", ,קאסרי- לעווקע", ,,מאָנאָלאָגן", ,קסאָווים פון א קאָמיװאָיאזשאָר* און אנד. האָט שאָלעם-אלייכעם, וי באל- זאק, באשריבן אין דער פאָרם פון א כראָניק, יאָר נאָך יאָר, די זיטן פון זיַן עפּאָכע אין א געווי- סער נאציאָנאלער סוויווע -- אָנהײבנדיק פונעם 1892 און ביז דעם 1916. פון שאָלעם-אלייכעמס ווערק, פּונקט װי פון די װערק פון אנדערע גרויסע שרײַבער-רעאליסטן, דערוויסן מיר זיך, ;אפילע אין זין פון עקאָנאָמישע דעטאלן מערער, איידער פון די ביכער פון אלע ספּעציאליסטן -- היסטאָריקער, עקאָנאָמיסטן, סטאטיסטיקער פון אָט דעם פּעריִאָד איניינעם גענומען".

אין דעם באשטייט די גרױיסקײַט פון שאָלעם-אלייכעמען.

2; דער גרויסער רעאליסט

די ייִדישע ליטעראטור פונעם 19-טן יאָרהונדערט איז אין די הויפּט-וערק פון אירע בעסטע שעפער געווען א רעאליסטישע ליטעראטור. ניט בלויז מענדעלע און לינעצקי, נאָר אויך עטינ- גער, אקסענפעלד, לעװינזאָן און אפילע נאָך פריִער -- די בערלינער האסקאָלע-קאָמעדיָאָגראפן אייכל און װאָלפזאָן (,לײַכטזין און פרעמעליי" און ,רעב כאנויך, אָדער װאָס טוט מען דערמיט?י) און דער אװטאָר פון דער גאליצישער אנאָנימער ,גענארטע וועלט" -- זײַנען אין גרונט געווען רעאליסטן. עמעס, צװישן דעם רעאליזם פון די בערלינער און די גאליצישע אופקלערער, פון עטינגערן און אקסענפעלדן, פון איין זײַט, און מענדעלען און לינעצקין, פון דער צווייטער זײַט, איז א גרויסער אונטערשייד, אן אונטערשייד װוי צװישן צוויי עטאפּן אין דער געשיכטע פון דער ייִדישער ליטעראטור פונעם 19-טן יאָרהונדערט. אָבער וי גרויס עס זאָל ניט זײַן דער אונטער- שייד צוװוישן אָט די צוויי עטאפּן פון דער ייִדישער ליטעראטור, פארייניקט זיי דאָס, װאָס די ליטעראטור, וועלכע איז דעמלט געשאפן געװאָרן, איז געווען א רעאליסטישע.

ג מארקס ק. און ענגצלס פ. געװיילטע בריו. 1953, זז. 405--406,

צום אונטערשייד פון דער רוסישער און מײַרעװ-אײראָפּעישער ליטעראטור, װוּ באנאנד מיטן רעאליזם האָט פארנומען אן אָנגעזעען אָרט דער ראָמאנטיזם, איז אין דער ייִדישער ליטע- ראטור פונעם 19-טן יאָרהונדערט קיין ראָמאנטישער שטראָם קימאט װי ניט געווען, אויב ניט רעכענען נאכמען בראצלאווערס מײַסעלעך, וועלכע זײַנען גיכער געווען פארבונדן מיט כסידישן פּאָלקלאָר, איידער מיט קינסטלערישער ליטעראטור. עמעס, נאכמען בראצלאווערס ווירקונג האָט א סאך שפּעטער זיך אנטפלעקט אין פּערעצעס שאפן און אפילע נאָך שפּעטער, שוין אין אונדזער צײַט, אין ניסטערס ווערק. אָבער אין אָנהײב פונעם 19-טן יאָרהונדערט האָט נאכמען בראצלא- ווערס ,ראָמאנטיזם" אף דער ליטעראטור קיין ווירקונג ניט געהאט. ערשט מיט פּערעצעס קומען האָט דער ראָמאנטיזם באקומען א מעכטיקן שעפער, וועלכער האָט געמאכט א סאָף צו דער אליינ- הערשונג פונעם רעאליזם אין דער ייִדישער ליטעראטור.

שאָלעם-אלייכעם האָט מיט זײַן שאפונג באקרוינט די רעאליסטישע טראדיציעס פון דער ייִדישער ליטעראטור און אײינצײַטיק אָנגעהױבן א נײַעם עטאפ אין איר רעאליזם.

שאָלעם-אלייכעם האָט, וי באוווסט, דערקלערט מענדעלען פאר דעם ,זיידן" פון דער ייִדישער ליטעראטור און זיך פארן ‏ אייניקל". פון דאן אָן איז קימאט װי אומבאשטרייטבאר די פארבינ- דונג פון אָט די צוויי קלאסיקער. אין דער ליטעראטור וועגן מענדעלען און שאָלעם-אלייכעמען ווערט אלס קלאל גערעדט וועגן דער שאפונג פון ביידע שרײיבער בלויז וי וועגן איין רעאליסטי- שער שיטע. און אויב מע דערמאָנט וועגן אונטערשיידן, האָט מען אין זינען בלויז די צײַט, װאָס טיילט אָפּ מענדעלען פון שאָלעם-אלייכעמען, אָבער ניט דעם טאָך פון זייער שאפן,

דאָס איז אָבער א מיספארשטייעניש. די נײַע צײַט ברענגט מיט זיך נײַע קוואליטאטיווע אייגנשאפטן. אין דער פעסטשטעלונג ,זיידע" און , אייניקל? איז געווען אן אָנדײַט אף א נײַער טראדיציע אין א נײַער ליטעראטור. שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם איז ניט קיין איבערכאזערונג פון מענדעלעס רעאליזם אין א שפעטערדיקן פּעריִאָד, נאָר א נײַער רעאליזם,

שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם האָט געקאָנט אופקומען בלויז אפן באָדן פון מענדעלעס רעא- ליזם. דאָס איז קלאָר. אָן מענדעלען איז אומעגלעך שאָלעם-אלייכעם. פּונקט וי אָן פושקינען איז אומעגלעך טאָלסט י. ס'איז אָבער אויך קלאָר, אז שאָלעם-אלייכעם איז ניט מענדעלע, פּונקט וי טאָלסטאָי איז ניט פושקין. שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם האָט אין זיך נײַע מאָסן, נײַע ברייטן און לענגען, נייע הייכן און טיפן, וועלכע מענדעלע האָט ניט געהאט און ניט געקאָנט האָבן: שאָ- לעם-אלייכעם האָט ניט בלויז פאָרגעזעצט מענדעלען, נאָר אים אויך, ריידנדיק מיט העגעלס לאָשן, ;אראָפּגענומען", דאָס הייסט דיאלעקטיש אראָפּגענומען. ניט אָפּווארפנדיק אים, נאָר איינ- שליסנדיק אים אין זייַן אייגענער שאפונג און גייענדיק װײַטער צו נײַע צילן און אופגאבן. מענ- דעלעס רעאליזם האָט נאָך ניט געהאט אין זיך די מאסעװעקײַט, די פּלעבײיַשע אמכאָדיקײַט פון ברייטע פאָלקס-שיכטן, פון א גאנץ פאָלק. זעלבסטפארשטענדלעך, מענדעלעס רעאליזם איז װײַט פון עטינגערס און אקסענפעלדס רעאליזם, װי דער הימל פון דער ערד. דאָס איז נײַער מאסקי- ליזם, שוין בארייכערט מיט דעמאָקראטישן פאָלקיזם. אָבער פאָרט איז נאָך דער דאָזיקער רעא- ליזם געבויט אף א ראציאָנאליסטישן, ,לאָגיציסטישן?" שמאָלן באָדן פון יעכידישער אינטעלי- גענץ. די מאסקילים זיינען דאָך ביכלאל געווען איינזאם אין זייער קאמף. זיי האָבן ניט געפירט נאָך זיך קיין ברייטע מאסן. און האגאם מענדעלע האָט מיט זײַן שאפן מערער, וי װער עס איז אנדערש, אויסגעדריקט די סאָציאלע נויטן פון די מאסן, איז ער אָבער אלס דענקער און קינסטלער פאָרט געווען װײַט פונעם האמוין.

אלס קינסטלער געהערט מענדעלען דער היסטאָרישער פארדינסט פונעם ערשטן קלאסיקער פון דער ייִדישער ליטעראטור. מענדעלע איז ניט געווען דער אָנהייבער פון דער נײַער ייִדישער א די נײַע ייִדישע ליטעראטור הייבט זיך אָן א סאך פריִער ביז מענדעלען. ער איז ג דער אָנהייבער און דער גרונטלייגער פון דער קלאסישער ליטעראטור. און ער האָט גע- 6 דעם גוירל פון אן אָנהײיבער. ער האָט אָנגעהױבן שאפן די קלאסישע ליטעראטור אלס מיטל פון קאמף פאר די אינטערעסן פונעם פאָלק דאן, ווען דאָס פאָלק איז נאָך געווען װײַט פון קולטור. מענדעלעס קונסט איז געווען א געווער אין די הענט פון פאָרגעשריטענע אינטעליגענטן יעכידים, וועלכע זײַנען נאָך ניט געווען פארבונדן מיט ברייטע מאסן. דאָס איז געווען דער צוויי- טער עטאפּ פון דער באפרייונגס-באוועגונג אין רוסלאנד, ווען די דעמאָקראטיש-פאָלקיסטישע ליטעראטור האָט ערשט אָנגעזאָגט דעם שטורעם, אָבער דער שטורעם איז נאָך ניט געקומען. מענדעלעס רעאליזם איז דעריבער טיפּיש װי דער קריטישער רעאליזם, וועלכער האָט נאָך ניט געהאט קיין ברייטע מאסן-באזע.

שאָלעם-אלייכעם און פּערעץ בילדן א נײַעם אָנהײב אין דער געשיכטע פון דער נײַער ייִדישער ליטעראטור. דער דאָזיקער אָנהייב איז פארבונדן מיטן דריטן עטאפּ פון דער בא- פרײַונגס-באוועגונג, ווען צום קאמף האָבן דערוואכט די סאמע ברייטסטע פאָלקסמאסן, ווען די

פּ

ליטעראטור האָט שוין באקומען א קאָנקרעטע לעבנס-פונקציע און איז געװאָרן א רעאלע נויט- באדערפעניש פונעם פאָלקס לעבן. שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם שליסט זיך אָן נאטירלעך, צו דעם קריטישן רעאליזם, אָבער אף א ווייטערדיקער, העכערער שטופע זײַנער. אויב מענדעלע האָט געשאפן דעם אָנהייב פון דער קלאסישער ליטעראטור, האָט שאָלעם-אלייכעם פאָרגעזעצט שאפן אָט די ליטעראטור און זי דערפירט צום לייענער, װײַל שאָלעם-אלייכעם איז ניט בלויז געווען א רעאליסט אין זײַן שאפונג, נאָר א באװוּסטזיניקער קעמפער פאר רעאליזם. שאָלעס-אלייכעם האָט צונויפגעפירט די קלאסישע ייִדישע ליטעראטור מיטן לייענער און אזויארוס געזיכערט די ווייטערדיקע אנטוויקלונג פון דער ייִדישער ליטעראטור.

שאָלעם-אלייכעמס קאמף פאר רעאליזם איז געווען א פּרינציפיעלער, אן אקשאָנעסדיקער, א טעאָרעטיש דורכגעטראכטער אין פארלויף פון אלע יאָרן פון זײַן שאפונג. דעם קאמף פאר רטאליזם האָט ער געפירט אין זײַן אָרגאניזאציַאָנעלער און פארלעגערישער טעטיקײַט, אין לי- טעראריש-קריטישע און ליטעראריש-עסטעטישע ארויסטרעטונגען, אין אלע זײַנע קינסטלערישוע ווערק, אין בריוו. יעדער װוערק פון שאָלעם-אלייכעמען איז געווען א קינסטלערישער און עסטע- טישער מאניפעסט פונעם רעאליזם. אין דער ייִדישער ליטעראטור איז ניטאָ נאָך אזא שרײַבער, װאָס זאָל אזוי סיסטעמאטיש און אומדערמידלעך פירן דעם קאמף פאר א רעאליסטישער פאָלקס- ליטעראטור, וי שאָלעם-אלייכעם.

די גרויסקייט פון שאָלעם-אלייכעמען אלס רעאליסט באשטייט אזויארום דערין, װאָס ער האָט נאָך מענדעלען קינסטלעריש אופגעהויבן די ייִדישע ליטעראטור אף נאָך א העכערער שטופע; װאָס ער האָט געשאפן די ברייטסטע ליענערישע מאסן-אאודיטאָריע; װאָס ער האָט טעאָרעטיש און שעפעריש געפירט א באװוּסטזיניקן קאמף פאר רעאליזם.

אין אונדזער צײיַט, ווען דער רעאליזם ווערט אָפט אן אָביעקט פון אָנפאלן אויך אין געוויסע קרײַזן פון דער ייִדישער ליטעראטור, איז שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם און זײַן קאמף פור אים ניט בלויז געשיכטע, נאָר ברענענדיק-אקטועלע און פולשטענדיקע הײַנטצײַטיקײַט.

דער גרויסער נאָואטאָר

שאָלעם-אלייכעמס אייגנארט װײַזט זיך ארויס פריִער פאר אלץ אינעם אויפן פון שאפן טיפּן און געשטאלטן. אייגנטלעך, איז דאָס די הויפּט-פּראָבלעם פון דער רעאליסטישער קונסט. שאָלעם-אלייכעם, װי עס איז שוין געזאָגט געווען, האָט געשאפן אן אויסערגעוויינלעך רײַכע און פארשיידנארטיקע געשטאלטן-גאלעריי, אין וועלכער עס טיילן זיך אויס די צענטראלע גע- שטאלטן: דער האָרעפּאשנער פאָלקסמענטש אין אלע זײײַנע אנטפּלעקונגען (טעוויע, שימען-עליע, שימעלע סאָראָקער און אנדערע); דער לופטמענטש (מענאכעם-מענדל, דער ברודער עליע, דער כאווער פּיניע, די קאָמיואָיאזשאָרן אאוו.); דער טאלענטירטער פאָלקסמענטש, דער באגייסטער- טער פאָלקס-קינסטלער (סטעמפּעניו, יאָסעלע סאָלאָװײ, ראָזץ ספיוואק, ראפאלעסקאָ, סטעלמאך אא.; דאָס קינד אין די פארשיידנסטע ווארי:אציעס; די פאָלקס-פרוי אין אלע אירע אויסקומענישן.

דאָס זײַנען די הױיפּט-געשטאלטן, אין וועלכע דער שרײַיבער פארקערפּערט קינסטלעריש דאָס לעבן, די פּסיכאָלאָגיע און דעם שטייגער פון די סאמע ברייטע שיכטן, װאָס בילדן, אזוי צו זאָגן, דעם נאציאָנאלן באָדן. באגלײַך מיט זיי געפינען מיר אין שאָלעם-אלייכעמס װערק די סאָציַאלע פּאָליוסן פונעם פאָלק, זײַנע אנטאגאָניסטיש-קעגנגעשטעלטע קויכעס -- דעם גוויר און די ארבעטער.

שאָלעם-אלייכעמס נאָוואטאָרישקײַט אין פּראָצעס פון שאפן א געשטאלט פון גרויסער פאר- אלגעמיינערונג באשטייט דערין, װאָס ער גיט אים ניט מיטאמאָל, ניט װי א מאַמענט, נאָר װוי א פראָצעס, װאָס האלט אין אנטוויקלען זיך. שאָלעם-אלייכעמס טיפּן ווערן געמאָלט װוי כאראקטערן, וועלכע אנטפּלעקן זיך אין פארלויף פון זייער גאנץ לעבן. מענאכעם-מענדל איז געשאפן געװאָרן אין מעשעך פון צוואנציק יאָר; טעוויע -- קימאט אין די זעלבע יאָרן; די טרילאָגיע וועגן טאלענ- טירטן פאָלקס-קינסטלער -- אויך פאר צוואנציק יאָר; מאָטל --- אין מעשעך פון נײַן יאַר.

אזא אויפן פון שאפן א געשטאלט איז פארבונדן מיטן כאראקטער פון שאָלעם-אלייכעמס רעאליזם און איז דורכויס אָריגינעל אלס מעטאָד פון טיפּיזאציע. דאָס איז דער מעטאָד פון פאר- בינדן די אנטוויקלונג פונעם געשטאלט מיטן גאנג פונעם לעבן.

שאָלעם-אלייכעם נעמט פּאָשעטע מענטשן און פארוואנדלט זיי אין העלדן, ער מאָלט װאַכע- דיקע מענטשן און מאכט פון זיי יאָמטעוודיקע טרוימערס. מענאכעם-מענדל ווערט קימאט פאנ- טאסטיש, ניט אָנװערנדיק די רעאלע, נאטירלעכע שטריכן זײײַנע. טעוויע וואקסט אויס ביז דרא-

6

מאטיזם, ניט אופהערנדיק צו זײַן דער געוויינלעכער פאָלקסמענטש. אין דעם באשטייט אויך שאָלעם-אלייכעמס נײַער אויפן אין דער שילדערונג פון געשטאלטן,

אזא רײײַכקײַט פון זשאנרען, װי בא שאָלעם-אלייכעמען, האָבן מיר ניט בא קיין איין ייָדישן שרײַבער: לידער און פּאָעמעס, פארצייכענונגען און נאָװעלן, דערציילונגען און ראָמאנען, פּיעסן, ארטיקלען, פעליעטאָנען, פּאמפלעטן, מײַסעס און אלעגאָריעס, עסטעטישע און ליטעראריש- קריטישע עטיודן, ניט רעכענענדיק די טויזנטער בריוו, פארעפנטלעכטע און נאָך ניט פארעפנט- לעכטע. אף וויפל שאָלעם-אלייכעם איז הויפּטזאכלעך א פּראָזאיִקער, קאָן מען די נאָוואטאָריש- קײַט זײַנע מער פון אלץ באמערקן טאקע אין דעם דערציילערישן זשאנער. באזונדערס אין דער נאָװעלע זעען מיר יענע הויכע מײַסטערשאפט שאָלעם-אלייכעמס, דעם קלאסישן גאנג, מיט וועלכן ער איז אריין אין דער וועלט-ליטעראטור.

אינעם דערציילערישן זשאנער האָט שאָלעם-אלייכעם אָפטמאָל גענומען אלס סוזשעט קליינע, אומבאדייַטנדיקע צומאָל פאקטן און געשעענישן אינעם לעבן פון די ייִדישע מאסן, געשעענישן פון דער ארומיקער װירקלעכקײַט, פונעם אלטעגלעכן שטייגער. אָבער די דאָזיקע פאקטן און געשעענישן האָט שאָלעם-אלייכעם דערהויבן צו גרויסער פאראלגעמיינערונג און טיפּיזירונג, צו כאראקטעריסטישער שילדערונג. אין די צארישע באדינגונגען ווערט דער פּריזיוו אין דער ארמיי פארוואנדלט אין א קייט פון פּײַנלעכע איבערלעבונגען (;פונעם פּריזיוו"); דער זעלבסטמאָרד פון דער טאָכטער ווערט געשילדערט ניט וי קיין איינציקער טראגישער צופאל, ניט װי קיין רעזולטאט פון אן אומגליקלעכער ליבע, נאָר וי א טיפישע דערשיינונג אין פּעריִאָד פון רעאקציע נאָך דער ערשטער רוסלענדישער רעװאָליוציע (,קייווער-אָוועס'); א געדאכט געווינס אף א לאָטערײי-בילעט צעטומלט דאָס גאנצע שטעטל, אנטפּלעקנדיק דערמיט די עקאָנאָמישע באָדנ- לאָזיקײַט פון דער באפעלקערונג, װאָס איז נויטע צו לאָזן זיך נאָך איליוזאָרישע גליקן (, פינף און זיבעציק טויזנט"). דאָ זעען מיר די זעלבע באצויבערנדיקע מײַסטערשאפט פונעם גרויסן דיכטער, װי אינעם שאפן געשטאלטן. פון דעם װאָכעדיקן און געוויינלעכן ווערן באשאפן קישעפ- דיקע קונסט-ווערק, אזוי אז דעם לייענער איז שווער צו אונטערשיידן, װווּ איז װאָר און װוּ איז קונסט. דערפון נעמט זיך ניט זעלטן, ווען מע לייענט שאָלעם-אלייכעמס וערק, די איליוזיע, אז די געשילדערטע געשעעניש איז טאקע פאָרגעקומען אין לעבן, אז דו אליין האָסט עס געזען מיט דײַנע אויגן אָדער אפילע געווען אין דער געשעעניש אן אָנטײילנעמער. און אין דער זעלבער צײַט איז שאָלעם-אלייכעמס נאָוועלע איבעראשנדיק-נײַ, װי אן עמעסע אנטדעקונג. לײַכט און פרייַ מאכט שאָלעם-אלייכעם דעם אויסוואל און די אויספורעמונג פון די סוזשעטן, מײַסטערהאפט און זיכער צעבינדט ער די קנופּן פון די נאָװעלן -- אלץ אָטעמט מיט לעבן, מיט אָרגאנישקײַט, מיט נאטירלעכקייט.

שאָלעם-אלייכעם האָט אין טאָך גענומען געשאפן אין דער ייִדישער ליטעראטור אזא נײַע, עכט-נאָוואטאָרישע פאָרם, װי דער נאָוועליסטישער ראָמאן. װײַל װאָס איז דען אינדערעמעסן אזא װוערק, וי , טעוויע דער מילכיקער", אויב ניט קיין ראָמאן אין קורצע דערציילונגען? און דאָס זעלבע איז דאָך אויך , מענאכעם-מענדל". און ,מאָטל פּייסי דעם כאזנס"? איז דאָס דען ניט קיין ראָמאן-עפּאָפּיי, װאָס די קאפּיטלען זײַנע שטעלן מיט זיך פאָר נאָװעלן? ,פונעם יאריד" האָט שאָלעם-אלייכעם באצייכנט אלס אװוטאָביִאָגראפישן ראָמאן, און טאקע ער אליין האָט אויך אָנגע- וויזן, אז דער דאָזיקער ראָמאן איז געבויט נאָוװועליסטיש.

אויב אין דער מײַרעװו-אײראָפּעישער ליטעראטור װערט איצט גערעדט ועגן דעם נאָװוע- ליסטישן ראָמאן וי וועגן א נאָוואטאָרישער דערגרייכונג פון דער קינסטלערישער פּראָזע, איז שאָלעם-אלייכעמס נאָוועליסטישער ראָמאן מיט העכער א האלבן יאָרהונדערט צוריק אוואדע געווען א גרויסער נאָוואטאָרישער אופטו.

שאָלעם-אלייכעם איז באנאנד מיט פּערעצן דער באדײַטנדיקסטער נאָוואטאָר פון קינסט- לערישער ייִדישער פּראָזע אין צוואנציקסטן יאָרהונדערט.

? דער גרויסער שפּראך:מייסטען

שאָלעם-אלייכעמס קונסט איז אויסגעדריקט בוילעטער פון אלץ אין זײַן שפּראך. ער איז א װירטואָז פון איבערגעבן די סאמע כאראקטעריסטישע, טיפּישע שטריכן פון די פאָלקסמאסן און פון זייער פּסיכאָלאָגיע דורך רייד, און דאפקע דורך רייד פון די פּערסאָנאזשן. אלע מיטלען פון שאָלעם-אלייכעמס שאפן קאָנצענטרירן זיך, וי אין א פאָקוס, אין דער שפּראך פון זײַנע פּערסאָ- נאזשן. שאָלעם-אלייכעמס שפּראך רעפּראָדוצירט די רייד-מאניר און דעם סטיל פונעם פאָלקס

7

לאָשן: פראזעאָלאָגישע אויסדרוקן, פאָלקס-אינטאָנאציעס, פאָלקלאָרישע און עטנאָגראפישע אייגנ- שאפטן. דורך דער שפראך שאפט שאָלעם-אלייכעם די פילפּאָנעמדיקײַט און גיט איבער די פיל- קױילעסדיקײַט פונעם פאָלק. שאָלעם-אלייכעמס קינסטלערישע שפּראך איז דיָאלאָגישש און נאָך ריכטיקער --- פּאַליפאָניש לויט איר אינערלעכן טעכנאָלאָגישן פּריגציפ.

שאָלעם-אלייכעם גיט איבער די דינסטע ניואנסן און אקצענטן פון דער פאָלקס-שפּראך, איר עמאָציאָנעלע אָנגעזעטיקטקײַט און פילפארביקײַט. אז מע לייענט שאָלעם-אלייכעמס א מאָנאָלאָג צי א דיאלאָג, קאָן זיך שאפן אן איליוזיע, אז דער אװטאָר שטייט בא דער זײַט און לאָזט ריידן דעם פּערסאָנאזש, וי און וויפל ער וויל. אמאָל קאָן זיך דאכטן, אז מיר האָבן צו טאָן ניט מיט דער ליטעראריש-קינסטלערישער שפּראך פונעם שרײַבער, נאָר מיט אן אומאָרגאניזירטער, פארפלייצנדיקער סטיכיי פון דער גערעדטער פאָלקס-שפראך. אָבער דאָס איז טאקע בליז אן איליוזיע. װאָס טיפער מע טראכט זיך ארײַן, אלץ מער איבערצייגט מען זיך אין דער פונקציאָ- געלער באדייטונג פון יעדער מאָנאָלאָג, פון יעדער דיָאלאָג און פון די אָנצאָליקע פּאָלילאָגן אינ- גאנצן גענומען, פון יעדן באזונדערן טייל פון די מאָנאָלאָגן, אלץ מער זעט מען, אז די סטיכיייש- קײַט פונעם שפּראך-שטראָם איז א געדאכטע. פארקערט, עס פילט זיך שטענדיק די זאָרגפולע, אקשאָנעסדיקע, טיף פארבאָרגענע אין אונטערטעקסט ארבעט פונעם שרײַבער אף אַרגאניזירן דעם רייד-מאטעריאל. און גראָד אָט די ,אָפּװעזנהײַט* פונעם אװטאָר, די איליוזיע, אז ער מישט זיך קלוימערשט ניט ארײַן, שאפט די לעבעדיקײַט, די װאָרהאפטיקײַט, די נאטיר- לעכע אָרגאנישקײַט פון א א 2 שפּראך אלס עכטע פולקומע װאָרט-קונסט.

אין דער שפּראך פון שאָלעם-אלייכעמס פּערסאָנאזשן איז אָפּגעשפּיגלט די אומזיכערע לאגע פון די ייִדישע אט ביז דער רעװאָליוציע, זייער האָפענונגטלאָזיקײַט, זייערע איליוזיעס. די אומזיכערקײַט פון דער לאגע ברענגט צו פארשטעלטע, אומדירעקטע, צװײידײַטיקע רייד. דער פּארשוין סטארעט זיך ניט קנטפעהר און אויסדרייען זיך פון ענטפערן אף א געשטעלטער פראגע, אָפּקומען מיט א פראגע אף א פראגע. שאָלעם-אלייכעמס פּערסאָנאזשן יי ארויסגעריסן גע- װאָרן פונעם שטעטל, זײַנען צעװאָרפן געװאָרן איבער דער וועלט, האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט פארשיידענערליי אָפּשניצלעך פון אידייען, פון געזעלשאפטלעכע באוועגונג 5 6 זײַנען געשטעלט געװאָרן אין גאָר נײַע באדינגונגען פון זוכן א א ברויט, זיי האָבן געמוזט זײַן רירעוודיק, באוועגלעך און אומדערמידלעך, זיך ווארפן פון איין געשעפט צום צווייטן, זיך באגעגענען מיט אלערליי מענטשן, זײַן גרייט צו אלערליי פּאסירונגען און טרעפענישן, זיך קאָנען אויסדרייען פון אלערליי אומגליקן און אומדערווארטע צופּעליקײַטן. דער פּערסאָנאזש מוז א פלינק און אומ- דערמידלעך אין זײײַנע זוכענישן, און דאָס װאָרט זײַנס װוערט אויך אזוי , פלינק" און , בייגעוו- דיק". אָס דער שטריך פון אומזיכערקײַט, ניט-שטאנדהאפטיקײַט איז זייער כאראקטעריסטיש פאר דער מערהײיט שאָלעם-אלייכעמס פּערסאָנאזשן:

;אוואדע, װאָס זאָלט איר קלערן, ווען מײַן מאן אָלעװ-האשאָלעם זאָל מיר אצינד לעבן -- טע-טע-טע... כאָטש אז מע וויל שמועסן דאָס אייגענע צוריק, האָב איך קיין האָניק פאר אים ניט געלעקט" (,דאָס טעפּל"); ,אליין בין איך, דארפט איר וויסן, א יונגערמאן, װי איר זעט מיך, פון א קליין שטעטל, דאָס הייסט דאָס שטעטל איז גאַר ניט אזא קליין שטעט?, און דאפקע א היפשם שטעטל, א שטאָט, קאָן מען זאָגן? (,אן אייצע"); ,און דערצו, דארפט איר וויסן, איז זי נאָך נישט איבעריק קלוג אויך. דאָס הייסט, אזוי אפילע, אז איר װועט מיט איר ריידן, איז זי, דאכט זיך, נישט קיין נאר, מע קאָן זאָגן א קלוגע, א כרוצע, א מאנצבלשער קאָפּ אף איר" (,אן אייצע?); ;איצט האָב איך פאר אײַך נאָך א טיפּ. יויעל טאשקער רופט מען אים. איר זאָלט אָנקוקן א 7 קיין דרײַ צעבראָכענע פירער װעט איר פאר אים ניט געבן. א קליינס, א דארס, א טרוקנס, א בערדל א שיטערס, און אז סע גייט, לויפט עס, און א הוילעך -- װוּ איר האָט ערגעץ א סוינע, כאָטש אפילע א נאָגיד. װאָס זאָג איך א נאָגיד? א גוויר, אן אדיר, א מיליאַנשטשיק. דאָס הייסט, איך האָב זײַנע מיליאָנען, לאָז זיך אײַך דאכטן, ניט געצײילט; מעגלעך, אז ער פארמאָגט טאקע מיליאַנען, און מעגלעך, אז עס פעלט א סאך צו א האלבן מיליאָן" (,דער טאלעסקאָטן?; ,גע- שטאָרבן איז זי, זאָגט מען, בא אים פון הונגער, נאָר מיסטאמע איז דאָס א ליגן, און עפשער איז דאָס אן עמעס" (.דער טאלעסקאָטן"); ,איך האָב געשריִען, געטופעט מיט די פיס, געריסן אף זיך די האָר פונעם קאָפּ -- שיר ניט מעשוגע געװאָרן: און צוריק ווידער האָב איך מיך באטראכט, װאָס, אשטייגער, װעט מיר העלפן מײַן קאס? װאָס װעל איך מאכן מיט מײַן טופּען מיט די פיס" (;מע טאָר ניט זײַן קיין גוטער"); ;איך אליין בין סאכאקל ניט קיין יווועלירער, דאָס הייסט א יוּוועלירער בין איך, נאָר איך פארנעם מיך ניט מיט קיין יווועלירערײַ* (עניטאָ קיין מאזל').

אָט די בײַשפּילן פון די מאָנאָלאָגן פון פארשיידענע פּערסאָנאזשן באװוייַזן דעם כאראקטע- ריסטישן שטריך פון זייער רייד-מאניר -- די גרײיטקײַט אין איינער און דער זעלבער צײַט צו זאָגן און אָפּלייקענען דאָס געזאָגטע.

8

מ. גאָרקי ברענגט ל. נ. טאָלסטאָיס ווערטער וועגן דער רייד-מאניר פון די פּױערים: ,איך האָב אים געלייענט די נאָוועלע ;דער אָקס"; ער האָט זייער געלאכט און געלויבט פאר דערפאר, װאָס איך קאָן די /פאָקוסן פון דער שפּראך". -- אָבער איר באגייט זיך מיט ווערטער אומדער- פארן, -- אלע פּויערים ריידן בא אײַך זייער קלוג. אין לעבן ריידן זיי נאריש, אומגעלומפּערט, --- צום אָנהײיב קאָן מען ניט פארשטיין, װאָס װיל ער זאָגן. דאָס ווערט געטאָן אומיסטן. אונטער דער נארישקײַט פון די ווערטער איז בא זיי שטענדיק באהאלטן דער ווילן לאָזן זיך אויסריידן יענעם. א גוטער פּויער װעט קײנמאָל ניט ארויסװײַזן גלײַך זײַן סייכל, דאָס לוינט אים ניט. ער ווייסט, אז צו א נארישן מענטשן גייט מען צו פּראָסט, אָן כאָכמעס, און אָט דאָס דארף ער! ער גלייבט ניט, אפילע דעם װײַב האָט ער מוירע ארויסצוזאָגן זײַן באהאלטענעם געדאנק. און בא אײַך -- זײַנען אלע אָפּענע נעשאָמעס. און אין יעדער דערציילונג -- עפּעס אן אסיפאס-כאכאָמים. און אלע ריידן מיט אפאָריזמען, דאָס איז אויך ניט ריכטיק -- דער אפאָריזם איז ניט אייגנטימלעך דער רוסישער שפראך"ש. וְ

אזא מין , שפּראך-דיפּלאָמאטיע*" איז כאראקטעריסטיש אויך פאר שאָלעם-אלייכעמס פּער- סאָנאזשן, אָבער אין א פארקערטן זין: אויב, װי עס זאָגט טאָלסטאָי, באם רוסישן פויער איז אונ- טער דער ,אומגעלומפערטער שפראך" פארבאהאלטן דער ווילן לאָזן ריידן יענעם, איז בא שאָ- לעם-אלייכעמס פּערסאָנאזשן אונטער דער אומגעלומפּערטער פילבארײידעװודיקײַט פארבאהאלטן דער ווילן לאָזן זיך ארויסריידן זיך אליין. א מענטש יל זיך אויסריידן דאָס הארץ: , איך וויל אײַך בעטן, הער דאָקטער, איין זאך: איר זאָלט מיך אויסהערן. דאָס הייסט, ניט דאָס שלאפקײַט מײַנס זאָלט איר אויסהערן -- פונעם שלאפקײיט ועלן מיר שמועסן שפּעטער. איך װעל אײַך שוין אופקלערן, אין װאָס באשטייט מײַן שלאפּקײַט. ווילן יל איך, איר זאָלט אויסהערן מיך אליין.." (?באם דאָקטער").

פונדאנען איז צו זען, װי װײיניק עס האָבן פארשטאנען שאָלעם-אלייכעמס שפּראך און סטיל יענע, װאָס שרייבן וועגן דער פילבארײידעװודיקײַט פון שאָלעם-אלייכעמס פּערסאָנאזשן וי וועגן זײַן קינסטלערישער שוואכקײַט. טאָלסטאָיס געדאנק וועגן דעם, אז ;דער אפאָריזם איז דער רוסי- שער שפראך ניט אייגנטימלעך", איז נאָך מער ריכטיק בענעגייע דער ייִדישער שפּראך.

דער פּערסאָנאזש פארעדט זיך, פארכאפט פון דעם סטיכייישן שטראָם פון זײַן אייגענעם דערציילן, פארגעסט ער אפילע אין דעם, װאָס ער האָט געװאָלט דערציילן, ער שלאָגט זיך אראָפּ פונעם וועג, פארלירט דעם פאָדעם, און דאן מוז ער אָנקומען צו אונטערהאלטונגס-ווערטער, וועלכע דארפן אים ארויסהעלפן ארויסצורײַסן זיך פון דעם שטראָם רייד און אומקערן זיך צו דער דערציילונג: ,יאָ, אקעגן װאָס איז דאָס געקומען צו רייד, אקעגן דעם, װאָס איר זאָגט..." (,דאָס טעפּל"); ;װוּ זשע האלטן מיר?* (,דרײַ אלמאָנעס").

די שפּראך-בארײידעװודיקײַט און דער גאנצער רייד-שטראָם פון שאָלעם-אלייכעמס פּערסאָ- נאזשן איז א וויכטיקער באשטאנדטייל פון שאָלעם-אלייכעמס רעאליסטישן סטיל. די דאָזיקע שפּראך-באריידעוודיקייט איז ניט קיין צופעליקע. זי קומט װי א געזעצמעסיקע דערשיינונג, װי א מײַסטערישע, ביז הײַנטיקן טאָג ניט איבערגעשטײיגטע רעאליסטישע אָפּשפּיגלונג פונעם לעבן און האָט אין אלע אירע פאָרמעס און אנטפּלעקונגען א שטארקן און טיפן פונקציאָנעלן כאראקטער.

6 דער גרויסער הומאָריסט

שאָלעם-אלייכעם האָט געשריבן: ,פון כאכמיי אומויס האָוילעם האָבן אף מיר געװוירקט מער פון אלע גאָגאָל, סוויפט, טעקעריי, דיקענס, היינע און סערוואנטעס מיט זײַן ,;דאָן-קיכאָט".

דאָ זײַנען אויסגערעכנט די גרעסטע קינסטלער פון דעם קאָמישן. מיט זײַן שאפן האָט שאָ- לעם-אלייכעם דערוויזן, אז ער איז ניט בלויז געווען אונטער דער ווירקונג פון אָט די שרײַבער, נאָר ער האָט זיך געשטעלט אין איין ריי מיט זיי און איז אליין געװאָרן א געניאלער הומאָריסט אין דער וועלט-ליטעראטור.

דאָס קאָמישע אין שאָלעם-אלייכעמס שאפן איז פארבונדן מיט נײַע צוגאנגען צו די אלטע עסטעטישע קאטעגאָריעס: צום דערהויבענעם, צום טראגישן און צום קאָמישן. די אידעאליסטישע עסטעטישע טעאָריעס האָבן באטראכט דאָס טראגישע אלס הויכע קונסט, װאָס דריקט אויס דאָס אידעאלע און איז בארופן צו אויסיידלען דעם מענטשלעכן כאראקטער. דאָס קאָמישע, פארקערט, איז באטראכט געװאָרן אלס נידעריקע קונסט, װאָס דריקט אויס דאָס טריוויאלע און איז ניט פיייק אויסצודריקן הויכע מאָראליש-עטישע אידייען און איידעלע מענטשלעכע געפילן און איבער-

1 מ. גאָר קי. געזאמלטע װערק אין דרײַסיק בענדער. גאָסליטיזדאט, מאָסקװע, 1951, באנל 14 ו. 260,

9

לעבונגען. בואלאָ, האגאם ער האָט געהאלטן, אז די קונסט דארף ;נאָכמאכן דער נאטור", דאָס הייסט זי דארף זײַן רעאליסטיש, האָט אָבער אין דער זעלבער צײַט אנטשיידן אָפּגעלייקנט דאָס קאָמישע. ער האָט דערקלערט, אז דאָס קאָמישע קאָן זײַן א פארװײַלונג בלויז פאר לאקייען.

די געשיכטע פון דער ליטעראטור לייקנט אָפּ דעם שטאנדפּונקט פון דער אידעאליסטישער עסטעטיק סײיַ אפן קאָמישן, סײַ אפן טראגישן. דאָס קאָמישע און דאָס טראגישע גייען באנאנד, גיסן זיך צונויף, גייען אריבער איינס אין צווייטן און שטעלן מיט זיך פאָר אן אויסדרוק און אָפּ- שפּיגלונג פון דער דיאלעקטישער אײנהײַט פונעם קאָמישן און טראגישן אין לעבן.

שאָלעם-אלייכעמס הומאָר איז א וויכטיקע דערשײַנונג אין דער אלוועלטלעכער קונסט פו- נעם קאָמישן. זײַנע קאָמישע טיפּן און געשטאלטן, די קאָמישע סיטואציעס און דער װאָרט-הומאָר בילדן א נײַעם ארט קאָמיזם.

שאָלעם-אלייכעם אליין האָט כאראקטעריזירט זײַן הומאָר אלס ,געלעכטער דורך טרערן". אָבער די דאָזיקע כאראקטעריסטיק, וועלכע גאָגאָל האָט אָנגעװענדט בענעגייע זיַן געלעכטער, איז ניט קיין אױיסשעפּנדיקע ניט פאר גאָגאָלן, ניט פאר שאָלעם-אלייכעמען. גאָגאָלס און שאָלעם- אלייכעמס קאָמיזם איז ניט בלויז געלעכטער דורך טרערן, נאָר אויך, און אפילע דעריקער, גע- לעכטער פון געזונטער פאָלקס-פרייד, פון דערהויבענעם פאָלקס-אָפּטימיזם. באזונדערס האָט דאָס א שײַכעס טאקע צו שאָלעם-אלייכעמען. דער קאָמיזם בא גאָגאָלן האָט זיך אנטוויקלט פון הומאָר צו סאטירע. אין , די אָװונטן אפן כוטאָר בא דיקאנקע" און אפילע אין , טאראס בולבא" איז נאָך גאָגאָל דורכויס א הומאָריסט. און דעריבער הערן זיך אין זײַן געלעכטער די הילכיקע שטימען פון די מאסן, וועלכע פארברענגען זייער פּרײַע צײַט, זייערע יאָמטױיװים אין קארנאוואלישע פאָלקס-פארװוײַילונגען. אין ,פּעטערבורגער דערציילונגען? גייט שוין גאָגאָל אריבער פון הומאָר צו סאטירע, וועלכע ווערט װאָס װײַטער אלץ מער פארשארפט און דערגרייכט איר העכסטע שטופע אין ,רעװויזאָר? און אין ,,/טויטע נעפאשעס". אנטשפּרעכנדיק צו דער דאָזיקער עװאָליוציע פונעם קאָמישן, ווערן אין גאָגאָלס שאפן אלץ מער אָפּגעשוואכט די מאסן-שטימען, זייער פּאָליפאָנישער געקלאנג, און עס הייבן אָן זיך ארױיסװײַזן אפן ערשטן פלאן די מעגושעמדיקע צורעס פון די נאָזדריאָווס און סאָבאקעוויטשעס, די פּליושקינס און טשיטשיקאָווס.

בא שאָלעם-אלייכעמען איז די עװאָליוציע פונעם קאָמיזם געווען א פארקערטע. ער האָט אָנגעהױבן פון סאטירע און איז געקומען צו הומאָר. דערמיט האָט ער זיך באפרייט פון מענדע- לעס ווירקונג און האָט זיך געשטעלט אף אייגענע פעסטע פּאָזיציעס. זײַן לעצט סאטיריש װוערק ;יאקנעהאָז" איז געשאפן געװאָרן אין 1894. אלס קלאל האָט שאָלעם-אלייכעם זיך געװוענדט צום סאטירישן געלעכטער דעריקער אין די דראמעס, װוּ ער האָט געמאָלט געשטאלטן פון גווירים. אין די נאַװעל, װוּ ער שילדערט די פאָלקסמאסן, איז שאַלעס-אלייכעס שטענדיק א הומאָריסט.

שאָלעם-אלייכעמס אריבערגאנג פון סאטירע צו הומאָר האָט באטײַט, אז ער איז געקומען צו זײַן אייגענעם קלאסישן סטיל, צו דער העכסטער פאָלקסטימלעכקײַט. דורכן געלעכטער האָט שאָלעם-אלייכעם באזונגען די לעבנספיייקײַט פונעם פאָלק, אופגעדעקט אין אים זײַנע באגא- בונגען און רײַכע פּאָטענצן, געהאָלפן אים פארגרינגערן די ליידן, אויסגעלאכט זײַנע פאָרורטיילן און אונטערגעהאלטן און געפעסטיקט בא אים די האָפענונג און די זיכערקײַט, אז דאָס פאָלק ועט זיך דערשלאָגן א גערעכטיק לעבן. שאָלעם-אלייכעמס הומאָר איז די הויכע קאָמעדיע, װאָס שליסט אײַן ניט נאָר דאָס קאָמישע, נאָר אויך דאָס דראמאטישע, דאָס טראגישע און דערהויבענע.

פאר שאָלעם-אלייכעמס הומאָר איז כאראקטעריסטיש דאָס, װאָס דאָס פאַלק אליין לאכט, דאָס פאָלק אליין איז דער הומאָריסט. באם פאָלק באקומט דער הומאָר א נײַעם אינהאלט. צו שאָלעם-אלייכעמס הומאָר איז אָנגעמאָסטן דאָס, װאָס טשערנישעווסקי האָט געשריבן אין זײַן ארבעט ,דאָס דערהויבענע און דאָס קאָמישע": ,צו הומאָר זײַנען גענייגט אזעלכע מענטשן וועלכע פארשטייען די גרױסקײַט און די פרײַז פון אלדאָס דערהויבענע, הערלעכע, מאָראלישע, וועלכע זײַנען באגײַסטערט מיט ליבע צו דעם. זיי פילן אין זיך פיל הערלעכקײַט, פיל כאַכמע, עכטע מענטשלעכע ווירדע": (אונדזער אונטערשטרײַכונג. -- רעד.).

דאָס, װאָס אין שאָלעם-אלייכעמס וערק איז דער הומאָריסט דאָס פאָלק גופע, איז פארבונדן דערמיט, װאָס אין זײַן שאפונג האָט דאָס פאָלק דאָס װאָרט. דאָס פאָלק רעדט, און דאָס פאָלק לאכט. דער קאָמיזם פון סיטואציע ווערט בא שאָלעם-אלייכעמען געשאפן דורך די רייד פונעם פּערסאָנאזש. אין דער הארמאָנישער אײינהײַט פון דער פאָלקס-שפּראך און פונעם פאָלקס-הומאָר, מיינען מיר, באשטייט אויך די גרױיסקײַט פון שאָלעם-אלייכעמען.

11 ג. טשערנישעװס קי געזאמלטע װערק אין 15 בענדער. באנד 2, גיכל. מאָסקװע, 1949, ז. 188.

נאכעם אויסלצנדער

דער יונגער

שאָלשם-אלייכעם

פיעסע אין דרײַ אקטן, אכט בילדער

פּערזאָנען:

שאָלעםאלײכעם -- 341 יאָר אלט.

אַלגע רא בינאָװיטש -- זײַן פרויי

שאליטא (רעב נאָכעמטשע מעאָרעכאװ) - סטודענט, אן איבערשרײַבער בא שאָלעם:אלייכעמען.

טעװיע דער מילכיקער -- א זײַנע יונגע יאָרן.

דר. טש ערני -- אין איין עלטער מיט שאָלעם אלייכעמען.

זאַלאָטושקין -- אן אײַנבינדער. שאָלעמ-אלײיכעמס א פרײַנט.

אָשטערל -- זײַן זון. זעכצן יאָר אלט.

מארק װאר שאװס קי -- אדװאָקאט. פאָלקס-זינגער. 6 יאָר אלט. א גרײַזיגרױער קאָפּ ניט לויט די יאָרן.

ראכיל -- זײַן פרוי. מיט אייניקע יאָר עלטער. א שטרענגע געשטאלט.

בראָניע -- זײיער עלטערע טאָכטער. א מוזיק"לערערן. 2 יאָר אלט.

עטעלע -- זײער קלענערע טאָכטער. 12 יאָר אלט.

סאָרע -- א יַדענע פון סלאָבאָדקע. וארשאװסקיס קליענט,

:

באס קע -- איר טאָכטער. 18 יאָר אלט. פינקוס -- יעהופּעצער גװיר. האלט א באנק"קאָנטאָר, דאָרט דינט אלס יוריסט ווארשאווסקי.

מאדאם פּינקוס - זײַן פרויי

טויגלמאן פויגלמאן שלײפער

יעהופּעצער גװירים, בערזע-שפּילער.

מאדאם שאץ--א װאָכערניצע.

אזריע?- איר עקאָנאָם.

שעפטעלמאן -- באלעבאָס פון דער ייִדישער דרו" קערײַי

מוישקעייק ארבעטער פון דער דרוקערל.

ואלמען

מאָניש-- אן אלטער זעצער.

מאטיגין -- הויכער באאמטער פון צענזור-קאָמיטעט.

סאפאָזשקאָװ -- זײַן געהילף.

אגטאָן-- װעכטער אין דער דרוקערײַ.

לײביש

בינדיוזשניקעס, שאכנע

די האנדלונג קומט פאָר אין די יאָרן 183--1895 אין קיעװ.

יי

פון נ. אויסלענדערס ליטערארישער יערושע.

11

ערשטער אקט דאָס ערשטע בילד

(פרטלטג)

שאָלעם-אלייכעמס ארבעטס-צימער -- אייגנטלעך ניט מער װי א שטוב-װינק?, אָפּגעצאמט פון דער איבעריקער שטוב מיט א פאָרהאנג. אף דער ואנט -- צװיי פּאָרטרעטן: מענדעלע און שטשעדרין. ש אָל עםאלײכעם זיצט באם שרײַבטיש, נעמט פון אָלגעס הענט דעם קלײ, קלעפט, שרײַבט װײַטער. לעבן אים שטייט ש א ליטא. די האנדלונג קומט פאָר שפּעט אין אָװנט.

שאָלעם-אלײכעם (טוט פלוצעםס א קוק אף שאליטאן). איר זײַט נאָך דאָ?

שאליטא. איך האָב אײַך געזאָגט: מיט ליידיקע הענט װעל איך פונדאנען ניט אוועקגײיף

שאָלעםיאלײכעם(שרײַבט װוײַטער, טוט װידער א קוק פון דער זײַט אף שאליטאן ווענדט זיך צו אָלגען). דו קאָנסט מיר זאָגן: ווער איז אָט דער מענטש?

אָ לג ע. דו ווייסט גאנץ גוט: ס'איז דײַנער אן איבערגעגעבענער פריינט.

שאָלעם-אלײכעם. א פריינט איז עס? א פרײַנט װעט זיך פארגינען שטין אָט אָ-דאָ און רײַסן בא מיר דאָס בוך פון די הענט?

שאליטא. איר האָט אליין הײַנט געזאָנט מיר: נעמט צו דאָס בוך פון מײַנע הענט. דאָס שרײַבן איז פארענדיקט. איצט קומט די צײַט פון איבערשרײיַבן.

אָלגע (צושאַלעם-אלייכעמען). נו, דארף מען דאָך אים עס אָפּגעבן.

שאָלעםיאלײכעם הײיבט אוף דעם מאנוסקריפט). אָפּגעבן עס פון די הענט? זאָגן זיך אײנמאָל פאר אלעמאָל: אד קאן, מער האָב איך דערמיט ניט צו טאָן, דאָס בוך איז פארטיק?..

אל ג ע. און װאָס זאָגט דיר דאָס הארץ דײַנס?

שאָלעם-אלײכעם. מאלע װאָס אן אייגן הארץ זאָגט! א הארץ איז א גענארניק!

אָ לג ע. גלייבסט ניט דײַן אייגן הארץ -- לייען איבער דײַן בוך פאר מענטשן.

שאָלעם-א ללײכ ע ם. שוין ארויס צו מענטשן? און טאָמער דארף מען עס נאָך א ביסל צופּרעסן, אויסשלייפן פּעטליעס, ארויסשלעפּן די סטריגאָוואניע, דורכפּוצן, דורכלופטערן... עפעס האָט דאָך אונדז דער זיידע רעב מענדעלע אָנגעזאָגט: שלייפן, שלייפן, שלייפן...

שאליטא. איר האָט שוין גענוג געשליפן, איבערגענוג. (נעמט דעס מאנוסקריפט). אָט זעט אליין: געמעקט און איבערגעמעקט, א לאטע אף א לאטע.

שאָלעם-אלײכעם. סע געפעלט אײַך ניט -- גיט מיר עס אָפּ צוריק. (נעמט אַפּ דעם מאנוסקריפט.)

שא ליטא. װידער? ווען זשע װעט איר עס ארויסלאָזן פון אײַערע הענט? זאָל עס גיין אין דער גרויסער וועלט ארײַן. זאָלן אלע וויסן, זאָלן אלע הערן.

אָלגע גייט צום פענצטער, קוקט ארויס אין גאס.

שאָלעם"א לײכ ע ם. װאָס הייסט בא אײַך: אלע? נעמען א פּויק אין די הענט, אומגיין אין די גאסן און פּויקן: ,ייִדן! אהער! שאָלעם-אלייכעם האָט אָנגעשריבן א נײַ בוך ,יאקנעהאָז"? זאָלט איר װיסן: שאָלעם-אלייכעם האָט עס פײַנט. אָן טארעראם! אָן פּױקערײַ! קלינגען דארף איך ניט.

שאליטא. איר דארפט עס מיר נאָך אָנזאָגן?

שאָלעם-אלײכעם (גיט אים איבער דעם מאנוסקריפט). נו, נו. אָן פאריבל. דאָ אין שטוב ווייסט מען װוי צו שעצן אונדזער רעב נאָכעמטשע שאליטאן. (באגלייט אים צו דער טיר.) לייענט מיט קאָפּ. און האָט אף מיר קיין ראכמאָנעס ניט. די הויט מעגט איר שינדן פון מיר. עפּעס האָב איך דאָך גענומען אף זיך! איך האָב געזאָגט: סע װעט זײַן ואסװתקתסש-סח. (בלײַבט שטיין לעם שטשעדרינס פאָרטרעט.) גרויסער שטשעדרין! איך װעל ניט פארשעמט וװערן?

אָל גע. איר גייט שוין אוועק? איין רעגעלע, נאָר איין רעגעלע. (טײַט אפן פענצטער.)

שאָלעם"אלײכעם. ניט אנדערש, דו ווילסט, ער זאָל ארויס דורכן פענצטער. (גייט מיט שאליטאן צו איר.)

אָלגע (צו שאליטאן). איך וויל, איר זאָלט א קוק טאָן אהין, אף רעכטס, אף רעכטס, אָט

אין יענער זײַט. עפּעס א מענטשעלע זעט איר דאָרטן הינטערן טױיער? (צו שאָלעם-אלייכעמען) דו זעסט? :

שאָלעם-א לײכ עם. אוואדע זע איך. אָלג ע. איך זע אים שוין דאָס אנדערע מאָל. נעכטן איז ער אויך דאָ געשטאנען.

12

שאָלעם-א לײכ עם. װאָס זשע האָסטו געשוויגן?

אל ג ע. איך האָב זיך געקלערט: עפשער דאכט זיך מיר אויס?

שא ליטא. ניין, עס דאכט זיך אײַך ניט אויס. נעכטן, זאָגט איר, איז ער אויך דאָ געשטא- נען? נעכטן בין איך אויך געווען בא אײַך. (שווײַגט א רעגע. דערלאנגט שאַלעס-אלייכעמען דעם מאנוסקריפט.)

שאָלעם-א לײכ עם. װאָס זאָל דאָס הייסן? (וויל ניט נעמען)

שאליטא. דאָס הייסט, אז איִך דארף מער ניט גיין צו אײַך. װײַזט אויס, אז אף מיר גיט מען אכטונג.

שאָלעם-אלײכ עם. װאָס זשע נעמט איר זיך איבער, װאָס? איר זײַט באם רוסישן קייסער ניט איינער. ער האָט אונדז אלעמען ליב -- גיט ער אף אונדז אלעמען אכטונג.

שא ליטא. ניין, דאָס גיט מען אכטונג אף מיר. איך דערמאָן זיך, אז איך בין געגאנגען אהער, איז מיר עמעצער נאָכגעגאנגען, עמעצער האָט געטשאטעוועט. (דערלאנגט וױידער דעם מאנוסקריפט.) איר מוזט עס נעמען בא מיר צוריק.

שאָלעם-אלײכעם (צו אָלגען). אן אקציע, זאָג איך דיר, מיט אָט דעם מענטשף אָט ערשט האָט ער זיך געשלאָגן מיט מיר, געריסן עס בא מיר פון די הענט, און איצט הייסט ער מיר עס נעמען צוריק. (צו שאליטאן.) װאָס מיינט איר: נאָר אן איבערשרײַבער זײַט איר בא מיר? אײַער אייצע דארף איך האָבן, אײַער מיינונג, אײַער גלײַך װאָרט. עפּעס זײַט איר דאָך בא דער וועלט פארעכנט פון די וווילע ייִנגלעך. איך נעם ניט, איך נעם עס ניט צוריק. (גייט אָפּ ווידער צוס פענצטער, קוקט ארויס)

שא ליטא (צו אַלגען). איך האָב מוירע, עס קאָן אמאָל ברענגען אײַך שאָדן. איר קאָנט אמאָל לײַדן דערפון.

אל ג ע. ווייסט איר װאָס -- לאָמיר וועגן דעם ניט טראכטן. איר הערט דאָך: ער דארף האָבן אײַער װאָרט, אײַער מיינונג. זאָגט זיך ניט אָפּ, טוט עס ניט, איך בעט אײַך. (לייגט איס ארײַן דעם מאנוסקריפט אין די הענט. באגלייט אים צו דער טיר.)

שאָלעםיאלײכעם (גײט האסטיק פון פענצטער, פארהאלט שאליטאן, ווענדט זיך צו אָלגען). װאָס האָסטו עס צוגעטראכט? אָט אזוי --- מיר ניט, דיר ניט, -- וועלן מיר אים אָפּלאָזן? אָבער גאָר לוי. דאָס מענטשעלע שטייט דאָרטן (טײַט אף דער גאס), װעט עס װײַטער שטיין. ביז טאָג װעט עס בא מיר שטיין. אופלויפן װעט עס בא מיר שטייענדיק... (פירט שאליטאן צוריק צום טיש.) איר בלײַבט דאָ מיט אונדז. אָט דאָ מיט אונדז װעט איר הײַנט זיצן. די קינדער שלאָפן, אין שטוב איז שטיל. און מיר -- וייסט איר, װאָס מיר טוען באלד? מיר לייענען ,יאקנע- האָז"... (ווענדט זיך צום פענצטער-צו.) מענטשעלע, דו הערסט: מיר לייענען ,יאקנעהאָז".

(פאַרהאנג)

דאָס צווייטע בילד

בא מארק ווארשאווסקין אין שטוב. ענגלעך, אָרעמלעך. א נידעריקע סטעליע. אין איינעם א װינקל -- א שטײַג? מיט א פויג?. א קלאויר. דרײַ טירן; איינע פירט אין דרויסן ארויס. די צװייטע -- אין דעם צימער, װוּ ווארשאווסקי נעמט אוף די קליִענטן. א דריטע --- אין דעם צימער, װוּ עס געפינען זיך ווארשאווסקיס טעכטער. בייס דער פאָרהאנג הייבט זיך אוף, איז אין צימער פאראן בלויז איין עט צ9לע. זי זיצט באם קלא- וויר, שפּילט. סיקומט ארײַן ס אָ ר ע, מיט איר טאָכטער ב אס ק עי

עטעלע (הערט אוף עשפילן). איר דארפט האָבן מײַן טאטן? מײַן טאטע איז ניטאָ אין דער היים.

באסקע (צו דער מוטער). קום. דו הערסט דאָך: ניטאָ אין דער היים. (זעט, אז די מוטער קלײַבט זיך ניט אוועקגיין.) קום. װאָס וילסטו, מע זאָל אונדז ארויסטרייבן?

עטעלע. איך טרײַב אײַך דען? דער טאטע האָט אָנגעזאָגט קיינעם ניט טרײַבן

סאָ ר'ע. לאנג לעבן זאָל דער טאטע דײַנער. עפשער איז טאקע באשערט, אז דורך אים זאָלן מיר געהאָלפן ווערן. (באטראכט די שטוב.) א טאטן, זאָגט מען, האָסטו זייער א פיַינעם, א לײַטישן טאטן, און אן ערלעכן -- פּס-ס-ס... מע זאָגט, דער אדװאָקאט ווארשאווסקי איז איין ערלעכער מאן אין דער וועלט, נאָר קיין גוויר איז ער בא דיר ניט, ניין, ניט קיין גוויר... װוּ זשע איז ער, דער טאטע דײַנער?

18

יי יט אט א א

עטעלע. ער דארף באלד קומען. זיצט. (צו באסקען) און איר װאָס שטייט? פארװאָס ווילט איר ניט זיצן? סאָרע (צו באסקען). זיץ. אז מע בעט זיצן -- טאָ זיץ. (רעדט קלוימערשט צו עטעלען, נאָר מער צו זיך אליין) ניט געװוינט געװאָרן נעבעך. אז אונדזערע נעגידים האָבן זיך געמאכט אזא מאָדע: זיי לאָזן ארויס זייערע ליאָקייעס און טרײַבן. קומסט צו זיי אין קאָנטור -- טרײַבט מעף פּרוּװט זיך גיין צו זיי אהיים -- טרײַבט מען װידער! אז פארטריבן זאָלן זיי נאָר ווערן פון דער וועלט, ריבוינע-שעל-אוילעם! ,װאָס טרײַיבט איר מיך? -- פרעג איך בא זיי. -- איך בין ניט געקומען בעטן קיינעמס לאסקע. מײַנע קאן קערבלעך, מײַן טאָכטערס נאדן, װאָס איך האָב אײַנ- געלייגט בא אײַך אין דער באנק, גיט מיר אָפּ. איר האָט געקוילעט, זאָג איך, מײַן קינד -- זאָל איך שווייגן? עק וועלט, זאָג איך, װעל איך גיין, נאָר איך וועל געפינען, װער עס זאָל זיך אָנעמען מײַן קריוודע...* אין דער טיר שטעלט זיך ארײַן אזריעל. גײט צום קלאוויר, טוט א הייב די דעק, בייגט זיך אָן, טאפט די פיסלעך פונעם קלאויר. סאָרע (רוקט זיך צו צו עטעלען, פרעגט מיט א ששעפּטשענדיק קאָל. דער טאטע? עטעלע. אוי, ניין, ניין, ס'איז ניט דער טאטע. ס'איז אזריעל... אזריִעל. איר האָט א טאָעס, מומע. איר טאטע בין איך ניט, נאָר א שטיקל באלעבאָס דאָ אין שטוב בין איך. מיר האָבן א היפּשן כיילעק אין אָט דער שטוב. גייט אײַך, גייט. איר װעט קומען אן אנדערשמאָל... עטעלע פרװּוט זי פארהאלטן). פאָלגט אים ניט, גייט ניט. (צו אזריִעלן) װאָס טרײַבט איר מענטשן פון אונדזער שטוב? (לאַזט זיך נאַכגײן נאָך דער ייִדענע.) אזריִעל בלײַבט אליין, נעמט פון בוזעם א לאנגן, שמאָלן רייסטער-בוך, קוקט ארײַן, מצסט מיט א סאנטימעטער די לענג פונעם קלאוויר, פארצייכנט עפּעס אין בוך, גייט ארויס. א װײַלע די בינע ליידיק. ס'קומען ארײַן שא ליטא און ב ראָניע. זי טראָגט א בינטל טײַך-ליליען בראָניע. אָט דאָ װווינען מיר. (געפינט א גלעזערנעם בלומענטאַפּ, שנײַדט ארום די בלומען, שטעלט זיי ארײַן) אָט דאָ פארברענג איך מיינע טעג. ניין, די טעג זײַנען ניט מײַנע. ווען דער טאָג הייבט זיך אָן, הייב איך אָן שפּאנען איבער די רײַכע הײַזער: איך לערן קינדער מוזיק --- און אזוי יעדן טאָג, יעדן טאָג. אָבער הײַנטיקן טאָג װעל איך קיינעם ניט אָפּגעבן. הײַנט איז מײַן געבורטסטאָג, און הײַנטיקער טאָג איז מיינער. (טײַט אף די בלומען) איר וייסט: זי לעבן נאָך! שאליטא(גײט צה, ביגט זיך אָן צו די בלומען). זיי עטעמען נאָך, פּונקט וי דאָרטן אפן טײַך. בר אָניע. הײַנט איז דאָרט געווען אזוי גוט. דאָס וואסער איז געלאָפן אזוי גיך, און איר האָט געפירט דאָס שיפל אזוי זיכער. איך האָב געקוקט און האָב געטראכט: אָט איר ווייסט, װוּהין דאָס וואסער טראָגט אײַך, און איך -- ניט, שאליטא. איר טראכט אויס אף זיך שלעכטס, בראָניע. בראָניע. און איר טראכט אויס אף מיר גוטס. אויסגעטראכט א בראָניע -- א ווילע, א גוטע. און בראָניע איז ניט אזא, גאָר ניט אזא. (באמערקט שאליטאס האסטיקע באוועגונג.) איר וילט זיך שפּארן מיט מיר? ניט איצט, ניט איצט. דאָרטן ווארט אף מיר מײַן מאמע. איך גי איבערגעבן פון אײַך א גרוס מײַן מאמען. (גייט ארײַן אין קליענטן-צימער. שאליטא בלייבט אליין, דערזעט די ארײַנגעקומענע עטעלע.) שא ליטא. װאָס איז מיט דיר? האָסט געוויינט? עטע לע. איך האָב מוירע. שאליטא. ביסט דאָך שוין א גרויסע --- פאר וועמען האָסטו מוירע? עטעלע. דאָ איז ערשט געווען אזריעל. שאליטא. מיסטאמע איז ער דאָך א מענטש, אז מע רופט אים אזריעל. װאָס זשע האָסטו מוירע פאר אים? עטעלעי די גאנצע גאס האָט מוירע פאר אים. ער זאָגט, ער האָט אזא באלעבאָסטע, װאָס אלע זײַנען איר שולדיק געלט. (סיקומט ארײַן בראָניע, שטייט אין א זײַט, הערט זיך אײַן) ער גייט צו אלעמען אין שטוב, און אז ער קומט ארײַן, זאָגט ער, אז ס'איז זײַנס. נעכטן קומט ער צו גיין און זאָגט, אז דאָס איז אויך זײַנס. (טײַט אפן קלאוויר.) ס'איז ניט אונדזערס, --- זאָגט ער. ,ס'איז מײַנס, -- זאָג איך אים, -- דער טאטע זאָגט, אז ס'איז מײַנס!* האָט ער גענומען און האָט געזאָגט אפן טאטן אזא װאָרט... (מיט טרערן אין קאָל.) איך וויל ניט, איך וויל ניט, ער זאָל זאָגן אף מײַן טאטן אזא װאָרט... (אנטלויפט אין צווייטן צימער)

14 א

ב ר אָנ יע. װאָס האָט מען געמאכט פון אָט דעם קינד!

שא ליטא. מע דארף זי איצט ניט איבערלאָזן אליין. רופט זי אהער.

ב ראָניע. מיך וועט זי ניט פאָלגן.

שא לי טא. און מיך, קאָן זײַן, יאָ: איך װעל א פּרוּוו טאָן. (גייט ארויס אין צווייטן צימער.) בראָניע שפאנט אומרויק הין און צוריק. ס'קומט ארײַן װ אר שאװ ס קי. לײגט אװעק דעם שװער-געלאָדענעם פאָרטפעל אפן טיש. גייט צום שטײַג?. שיט אָן קערנער. נעמט ארויס דעם פויגל,

ווארשאװװוסקי זע נאָר, זע, װי עס קוקט אף מיר! אָט-אָט װעט עס א רעד טאָן. װי רעכנסטו, בראָניע, װאָס װאָלט געווען, ווען אָט די באשעפענישן עפענען די מײיַלער? אוי, װאָלטן זיי א רעד געטאָן אף אונדזער וועלטל, אוי, װאָלט אזוינס א רעד געטאָן! (לייגט ארײַן דעס פויגל צוריק אין שטײַג?) נו, גיי שוין, גיי צוריק אף דײַן אָרט. באלד װעט געזונט ווערן די באלע- באָסטע דײַנע, זי װעט ארויסגיין צו דיר, פאר איר װועסטו אויסריידן דאָס הארץ... (צו בראַניען, טײַטנדיק אפן קליענטן-צימער.) װאָס מאכט זי הײַנט? װוי איז דורך דער טאָג?

ב ר אָ ניע. הײַנט איז דער מאמען בעסער. א סאך בעסער. הײַנט האָט זי צוגעזאָגט אראָפּ- גיין אהער, פארברענגען מיט אונדז.

ווארשאװוס קי אָט דאָס פארשטיי איך. דאָס הייסט א גרוס. (טאָן-ענדערונג.) איך האָב אויך פאר דיר א גרוס.

ב ר אָנ יע. פון וועמען?

ואר שא וו ס ק י. פון אונדזער ליבהארציקן פּרינציפּאל. פון פּינקוסן.

ב ר אָנ יע. מיסטאמע געפרעגט, װוּ איך בין? פארװאָס בין איך הײַנט ניט געקומען לערנען מיט זײַנע קינדער?

וואר שאוס קי. נאָר געפרעגט? מיט די פיס געטופּעט. איך בין געקומען אין קאָנטאָר אף דער ארבעט, איז ער ארויס מיר אנטקעגן. ,איך בין פּינקוס!.. איר זײַט מײַנער א מענטש!.. איר אָטװועטשאיעט מיר פאר איער טאָכטער!.? זאָג: װאָס האָט זיך עס געטראָפן הײַנט מיט דיר?

ב ר אָ ניע. גאָרניט האָט זיך ניט געטראָפן. מײַן געבורטסטאָג איז הײַנט, טאטע.

ואר שא װוס קי. דו לאכסט פון מיר!

ב ר אָ ניע. פארװאָס זאָל איך לאכן פון דיר?

ואר ש א וו ס ק י. דײַן געבורטסטאָג איז הײַנט, און מיר איז עס ארויס פון זינען? װאָס איז עס געװאָרן? אויס מענטש בין איך געװאָרן, צי װאָס? (קלאפּט מיטן פױיסט איבערן פּאַרטפעל.) אָט דאָ, אָט דאָ איז אלעס באגראָבן געװאָרן: אי דער קויעך, אי דער מויעך. טאָג נאָך טאָג: קא- סאציעס, אפעליאציעס. א לאָדעניש הײַנט, א לאָדעניש מאָרגן. מיט וועמען לאָד איך זיך? פאר וועמען לאָד איך זיך? פאר פינקוסן, פאר דעם גרויסן פּינקוסן... זייער גלײַך האָסטו געטאָן, װאָס דו ביסט הײַנט ניט געגאנגען צו אים אין שטוב ארײַן. ניט געטאָרט, ניט געטאָרט פארמיעסן אזא שיינעם טאָג. לאָמיך, טאָכטער, דיר שענקען א קוש אין אָט דעם שיינעם טאָג. (קושט זי.)

בראָניע. עפעס קומט מיר נאָך. דו געדענקסט: אין אזא טאָג פלעגסטו מיר אמאָל שענקען דײַנע א ליד.

ווארשאװס קי (כמורנע). לאָמיר, טאָכטער, היינט װעגן דעם ניט ריידן. אויס לידער. ניטאָ מער קיין לידער. (גייט צום קליענטן-צימער, פארהאלט זיך באס שוועל.) א שיינע טאָכטער בא מיר. מיט גליק זאָלסטו מיר נאָר זײַן, טאָכטער מײינע. (גייט אוועק.)

בראָניע בלײַבט אליין, שטעלט איבער די בלומען פונעם טיש אפן קלאוויר. באטראכט זיי פונדער- װײַטגס. סיקומט ארײַן שאליטא,

שאלי טא (אופגערודערט). װאָס קומט דאָ פאָר בא אײַך אין שטוב? דאָס קינד האָט מיר דערציילט אזעלכע זאכן! אײַער פאָטער איז א פּאָעט? פארװאָס באהאלט איר עס? פארװאָס שווייגט איר, בראָניע?

בראָניע. ער שװײַגט -- שווייג איך אויך.

שאל יטא. ער שװײַגט דען? אײַער שוועסטערל זאָגט: ער זינגט לידער.

בראָניע. ער האָט אמאָל געזונגען. איצט זינגט ער ניט מער.

שאל יטא. אנשוויגן געװאָרן? וי זשע האָט מען עס דערלאָזט?

בראָני ע. אָט זעט איר. איך האָב געזאָגט אײַך: בראָניע איז א שלעכטע, א שלעכטע. בראָניע האָט געדארפט ראטעווען איר טאטן. בראָניע האָט געדארפט עפּעס טאָן. און זי טוט ניט. גאָרניט טוט זי ניט.

ס'לויפט ארײַן ע טע ?ע, האלט א באשריבן בלעט? אין די הענט.

15

עטעלע (צובראָניען. געפונען! געפונען! דײַנע א ליד געפונען!

ב ר אָ נ יע. מיינע?

ע ט על ע. האָסט פארגעסן? דער טאטע האָט דיר געשענקט א ליד, און דו האָסט פארגעסף און איך געדענק. די גאנצע ליד געדענק איך. װי אן אָדלער שטארבט -- זינגט זיך דאָרטן סע זינגט זיך אזוי שיין.

שאליטא. טאָזינג זשע אונדז, זיבג.

עטעלע (סױדעסדיק). מע טאָר ניט. מע זאָל עס ניט זינגען, האָט דער טאטע געהיסן (ליפט צו דער טיר פון קליענטן-צימער, טאפט דעם עלאָס) איך על אײַך זינגען, נאָר שטיל- שטיל װעל איך זינגען. (זינגט.)

| | |

איך האָב אויך אמאָל גרויסע פליגל געהאט,

כ'פלעג פליען אהער און אהין,

הײַנט ליג איך און בין פון דעם טויט שוין ניט װײַט, איך קען מיך ניט רירן, ניט פלי'ן.

ארויסגעצאפּט האָט מען פון מיר שוין דאָס בלוט, קיין פליגל ניטאָ... קוקט אהער!

װאָס טויג אזא לעבן, איך װויל עס שוין ניט,

אז כ'האָב מײַנע פליגל ניט מער...

כ'פלעג פליִען, מיך הייבן ביזן הימל ארוף,

דורך וואלד, איבער בערג, איבער טאָל,

כ'זאָל צום הימל צוריק --- נאָכאמאָל!..

הײַנט ליג איך געקאָװועט, געפּענטעט גאנץ גוט, א זיפץ טאָן --- אי דאָס איז מיר שווער.

װאָס טויג אזא לעבן -- איך וויל עס שוין ניט, אז כ'האָב מײַנע פליגל ניט מער...

שאליטא. אָט אזעלכע לידער זינגט מען בא אײַך אין שטוב...

ב ראָניע. איך געדענק יענעם טאָג, ווען דער טאטע האָט מיר געשענקט אָט די ליד. דער טאטע איז דעמלט געווען גאָר אן אנדערער, ער פלעגט זיך אװעקשטעלן אָט אִ-דאָ און זינגען זינגען... און נאָכדעם פלעגט ער א װאָרף טאָן מיטן קאָפּ, א קוק טאָן אף אונדז... ' ! //עטעלע. איך געדענק אויך.

ב ראָניע. אלע געדענקען עס. ער האָט אלץ געווארט: מע װעט קומען, מע ווצט זיך ארומ- קוקן אף אים, מע ועט אים העלפן.

שא ליטא. און קיין מענטש איז ניט געקומען און האָט ניט געהאָלפן...

ב ראָניע. פאראן דען אזעלכע מענטשן? | שאליטא. איך קען איינעם א מענטשן אזא, טאקע דאָ אין שטאָט ווינט ער. ווען ער | זאָל װיסן!

ב ראָניע. דארף מען עפשער אים געבן צו וויסן?

שאליטא. אָט אזי טאקע װעל איך טאָן. נאָך הײַנט, נאָך הײַנט װעט ער עס ויסן (קלײַבט זיך אוועקגיין.)

עטעלע. װי זשע גייט איר אוועק? איר האָט דאָך געװאָלט, איך זאָל אײַך באװײַזן מײַן טאטן? שאליטא. מיר האָסטו אים שוין באוויזן. א דאנק, עטעלע. און אײַך אויך א דאנק. (צו בראָניען.) ס'איז דאָך אײַער ליד, זאָגט מען. איר, בראָניע, זאָרגט זיך ניט. פליגל װעלן נאָך אויס- וואקסן, פליגל װעלן נאָך זײַן, זי וועלן זײַן... גייט ארויס.) בראָניע באגלייט אים. עטעלע אליין, באטראכט די בלומען. עס קומט ארײַן פון קליִענטן-צימער װארשאװסקי

ווארשאװסקי (נעמט פונעם טיש דאָס בלעטל מיט דער ליד). דאָס האָסטו געזונגען? עטעלע (דערשראַקן. איך.

וואר שאוװ'סקי. און ווער האָט מיר צוגעזאָגט ניט זינגען עס? אויך דו? עטעל ע. אז מע האָט מיך געבעטן...

ואר שא וו ס ק י. מער װעט מען ניט בעטן. (לייגט צונויף דאָס בלעטל, צערײַסט עס בראָניע (קומט ארײַן). װאָס האָסטו געטאָן?

1--52 16

ואר שאװוס קי. איך האָב עס שוין לאנג געדארפט טאָן. ב ר אָנ יע. ס'איז דאָך מיר געשענקט. מײַן ליד. ואר שא װוס ק י. מײַן ליד, דײַן ליד -- איך בעט דיך, טאָכטער, זאָל עס פארגעסן װערן. עס דארף פארגעסן וערן. ב ראָניע. און איך זאָג: עס דארף ניט פארגעסן ווערן. (גייט צום קלאוויר, נעמט שטארקע אקאָרדן, זינגט). כ'פלעג פליִען, מיך הייבן ביזן הימל ארוף, דורך וואלד, איבער בערג, איבער טאָל...

(ביזן סאָף פון דער סטראָפע)

בייס זי זינגט, קומט ארײַן פון קליענטן-צימער ר אכ יל. זי גייט, אַנשפּארנדיק זיך אף א שטעקן,

שטעלט זיך לעם קלאויר, הערט זיך אײַן. פון הינטער דער דרויסן-טיר דערהערט זיך פּלוצעם

דער מאדאם שאצס שטים: ,אזריַעל!.* אלע קוקן זיך אום און דערזעען א זר יִַעלן, װאָס שטייט שוין פון דער זײַט שװעל. ער טוט ברייט אן עפן די טיר. עס קומט ארײַן מאדאם שאץ.

מאדאם שאץ. װוּ ביסטו עס פארפאלן געװאָרן, אזריעל? אלעמאָל װוערסטו פארפאלן, אזריִעל! דאָס זײײַט איר ווארשאווסקי? דאָס איז מײַן אופּראווליאיושטשע. אזריַעל -- רעד! (זעצט זיך אוועק, פאלט זייער גיך ארײַן אין א שלעפעריקן צושטאנד.)

ואד שא וס ק י. מיט מײַנע קליַענטן רעד איך דאָרטן. (ווייזט אפן צוייטן צימער.)

אזריִעל. די מאדאם זײַנען ניט קיין קליִענט. די מאדאם זייַנען געקומען מאָנען געלט. עס קומט זיי פון איײַיך געלט. (נעמט ארויס א וועקסל.) דאָס איז אײַער האנט?

די טעכט ער גײען ארויס. רא כיל בלײַבט.

װארשאװסקי (קוקט זיך אײַן). מײַנע. (אן איבעראשטער) דאָס איז געווען שוין זייער לאנג. וי קומט עס צו אײַך? ווער זײַט איר?

אזריעל (שטעלט פאַר). מאדאם שאץ.

מאדאם שאץ (כאפּט זיך אוף). מאדאם שאץ.

אזר יִעל. זייער פאָטער האָט מען גערופן רעב כאיִם-כאָנע.

ואר שאװס קי. כאיִם-כאָנען געדענק איך. אוואדע געדענק איך אים. איך בין נאָך דעמלט געווען א סטודענט, און אָרעמע סטודענטן האָבן געהאלטן פון כאיִם-כאָנען: ער פלעגט זיי לײַען געלט און ניט נעמען קיין מאשקן.

אזריִעל. דער מאדאמס פאָטער האָט געהאט זייער א גוט הארץ.

ואר שאוװס קי. דאָס גוטע הארץ פלעגט זיך הייסן גוט באצאָלן. (טײַט אפן וועקסל.) װי קומט עס צו אײַך?

מאדאם שאץ. אזריעל! זאָג: ס'איז יערושע.

אזריִעל. זייער פאָטער, אָלעװ-האשאָלעם, האָט איבערגעלאָזט זייער א גרויסע יערושע.

ואר שאװס קי. דאָס פּאפּירל האָט ער ניט געטאָרט איבערלאָזן. איך האָב אים אלץ אױיסגעצאָלט,

אזריִעל. מיסטאמע האָט איר פארגעסן. איר זײַט דאָך אן אדװאָקאט -- פארשטייט איר אליין. (שפּילט מיטן וועקסל אין די הענט.) אזוי לאנג וי מע לאָזט עס ליגן און שװײַגן --- שװײַגט עס; וי נאָר מע נעמט עס אין די הענט --- קאָן עס אָנהייבן ריידן.

ואר שאװס קי. זאָגט, װאָס ווילט איר?

אזריִעל. שײַעך צו זאָגן: מיר ווילן. װי רעב כאיִם-כאָנע האָבן אָנגעזאָגט, אזוי ווילן מיר. א קלוגער ייִד געווען רעב כאיִם-כאָנע. אף אלץ האָבן זיי געהאט א ווערטל: ,ער סע צאָלט ניט מיטן קארב --- ועט צאָלן מיטן סקארב". (לאכט.) רעב כאיִם-כאָנעס א ווערטל,

ואר שאװס קי. אָן ווערטלעך. זאָגט, װאָס ווילט איר פון מיר?

אזריעל. ניט איך וויל, די מאדאם ווילן. זי פּראווען מאָרגן זייער טעכטערלס געבורטס- טאָג, ווילן זיי איר שענקען א פּרעזענט. (טײַט אפן קלאוויר.) װאָס זײַט איר צעטראָגן, הער וואר- שאווסקי? איר ווילט, אז דאָס פּאפּירל זאָל ניט סטײַען -- װעט עס ניט סטײיַען. איר ווילט, אז קיינער זאָל ניט װויסן --- וועט מען ניט וויסן. װער דארף עס וויסן? כאטאס נעורים... כע-כע-כע...

ראכיל (טרעט ארױיס אין דער מיט צימער). פארװאָס זאָל מען עס ניט טאָרן װיסן? (צו ווארשאווסקין, רעדט שטיל.) איך בין געשטאנען און געהערט, האָבן זיך מיר דערמאָגט אונדזערע יונגע יאָרן. דו ביסט דעמלט געווען א סטודענט. מיר האָבן זיך נאָרװאָס באפרײַנדעט. אונדזערע ערשטע פריידן. אונדזער ערשט קינד. דאָס זײַנען אונדזערע שענסטע יאָרן. פאר זי בין איך גרילט אוועקצוגעבן אלץ אין דער וועלט. און דיר טוט עפּעס באנק?

17

מאדאם שא אזריעל! עפּעס הער איך ניט דײַנע רייד, אזרייעל. (ער גייט צו און רוימט איר עפעס אפן אויער.)

ראכיל (פירט ווארששאווסקין צו דער טיר). דו דארפסט דאָ ניט זײַן גי

וו א ר ש א וו ס ק י. ווילסט שטענדיק, סע זאָל פאלן אף דיר.

ראכיל. זאָל עס פאלן אף מיר, נאָר ניט אף אונדזערע שיינע יונגע יאָרן. װאָס ס'איז געווען אונדזערס -- װעט בלײַבן אונדזערס. גיי. שיק מיר די קינדער. (ווארשאווסקי גייט ארויס. זי הייבט אַן אראָפּנעמען די זאכן, װאָס שטײיען אפן קלאוויר. אזריעל הייבט אָן צוגיין נעענטער) ס'איז אײַיערס, זאָגט איר? אײַערס דארפן מיר דאָ ניט האָבן. נעמט עס צו, אויב ס'איז אײַערס. די מינוט נעמט עס צן.

אזריַעל. אוואדע -- די מינוט. קיין מינוט אויך ניט. (פארשווינדט.)

סיקומען ארײַן ואר שאװס קי און ב ראָניעי

ראכיל (צו בראַניען). העלף מיר, טאָכטער. (טײַט אף די בלומען) ס'איז דײַנס -- נעם עס צו זיך.

בראָניע טראָגט ארויס די בלומען, קערט זיך באלד אום צוריק.

מאדאם שאץ געװאָרן אופגעלעבט, קוקט זיך אײַן אין בראַניען). ווארשאווסקי, איר האָט א שיינע טאָכטער, ווארשאווסקי. זאָל זי אמאָל ארײַנקומען צו מיר. זי װועט בא מיר פאר- ברענגען מיט מײַן קלאראָטשקען. (זוכט אין לעדערנעם טאש.) מיר האָבן זיך נאָך מיט אײַך ניט צערעכנט, ווארשאווסקי. אײַך קומט נאָך עפּעס ארויס פון מיר, ווארשאווסקי.

ראכיל (הארט). גאָרניט קומט אונדז פון אײַך ניט. נעמט אײַער זאך און גייט געזנ- טערהייט.

מאדאם שאץ. ווארשאווסקי, אײַער פרוי רעדט זייער ניט שיין, ווארשאווסקי. איך בין אן איידעלער מענטש. איך נעם בא אײַך נאָר דעם קערן, דעם ריינעם קערן. און װוּ איז פּרע-צענט?

הינטער דער טיר הערט זיך א הילכיקער געלעכטער. ס'קומען ארײַן שאָ לעםא לײכ עם און עטצעל דערהערט דער מאדאם שאצס ?עצטע װערטער, שיסט אויס עטעלע נאָך א שטארקערן געלעכטער. בראָניע (צועטעלען, רעדט מיט פאַרװווּרף). דו וועסט אמאָל אופהערן לאכן? עטעלע (פרװוט זיך פארשטעלן דאָס מױל). אוי, איך קען ניט... ,און װוּ איז מײַן פרע- צענט?* (צו שאַלעס-אלייכעמען.) אָבער פּונקט... (שיסט ווידער אויס א געלעכטער.) בראָניע (נאָך מער אקצענטירט). דו וועסט אמאָל אופהערן? ש אָלעם-א לײכ ע ם. װאָס האָט איר צו איר? לאכן איז געזונט. דאָקטױירים הייסן לאכף ווארשאװסקי. בא זיך אין שטוב באגייען מיר זיך אָן פרעמדע אייצעס. שאָלעם-א לײכעם. דאָס זײַט איר גערעכט: איך בין דאָ א פרעמדער. איך דארף זען דעם אדװאָקאט ווארשאווסקי. ווא ר שא וו ס ק י. דאָס בין איך. קומט ארײין. (פירט אוועק שאַלעם-אלייכעמען אין קליענטן- צימער.) עטעלע (סױדעסדיק). מאמע! איך שטיי מיר אזוי אפן גאנעק, גייט ער (טײַט אף שאָלעם- אלייכעמען) צו און וויל ארײַן. זאָג איך: גייט ניט. זאָגט ער: פארװאָס? זאָג איך: גייט ניט -- און שוין. זאָגט ער: ער דארף יאָ גיין. זאָג איך: מע דארף ניט גיין -- די מאדאם שאץ איז דאָרטן. אוי, מאמע, האָט ער מיר באוויזן, װי די מאדאם שאץ שרייט: ?און װוּ איז מיין פּרע-צענטל!" (שיסט ווידער אויס א געלעכטער.) ראכי? פירט זי ארויס פון צימער. סיקומט ארײַן אז ר יִֶע ?, מיט אים צװיי מענטשן, װאָס הייבן אָן ארויסטראָגן דעם קלאוויר. מאדאם שאץ. װאָס האָסטו מיך איבערגעלאָזט, אזרייעל? צװישן וועלכע מענטשן האָסטו מיך איבערגעלאָזט, אזריִעל? (הייבט זיך אוף, בלאָזט זיך, גייט ארוים.) אזריִעל (העלפט ארױסטראָגן דעם קלאוויר). פּאװאָלינקע. פּאװאָלינקע. אָט זײַנען מיר,

מיט גאָטס הילף, שוין בא דער שװעל. אָט זײַנען מיר, גאָט צו דאנקען, איבערגעקומעף (פארעזווינדט.)

בראָניע (אװוטאָמאטיש). איבערגעקומען... (באטראכט דאָס ליידיק געװאָרענע אָרט.)

ס'עפנט זיך די טיר פון קליִעַנטן-צימער. װ אר שאװסקי ציט נאָך זיך שאָלע םדא לײ כע מען.

18

ואר ש אווס ק י. דאָס װועט איר בא מיר ניט פּױעלן. איר זײַט בא מיר ניט קיין קליענט, און מיר האָבן ניט װאָס צו זיצן פארשפּארט. ראכיל, װוּ ביסטו עס דאָרטן? דאָס ביסטו, בראָניע? גיי צו נעענטער, דערלאנג די האנט און פארגעדענק אף אלע דײַנע יאָרן: אזא גאסט האָט אונדזער שטוב נאָך ניט געהאט. מיט דעם נאסט, וויל איך, זאָל זיך פרייען אונדזער גאנצע שטוב. (דער- זען די אריינגעקומענע ראכיל און עטעלע.) אהער, אלע אהער! ווייסט, ראכיל, ווער דאָס איז? ס'איז א מענטש, װאָס איז שולדיק אין דײַנע טרערן. געדענקסט, וי דו האָסט געוויינט, אז איך האָב דיר געלייענט וועגן ראָכעלען און סטעמפעניו..

ר א כיל. דאָס זיײַט איר?

עטעלע. דאָס איז סטעמפעניו!..

שאָלעם-א לײכ עם. ניין, מיידעלע, סטעמפּעניו איז געװען א שיינער, סטעמפּעניו איז געווען א העלד, אים פלעגט מען באלד דערקענען... (מיט א בליק אף ווארששאווסקי.)

ווא ר ש א וו ס ק י. אָט אזוי, אזוי קומט מיר... (צו ראכילן) װאָס פלעג איך דיר אלעמאָל זאָגן, הא? אָט דער שאָלעם-אלייכעם, פלעג איך טײַנען. ער שטייט מיר פאר די אויגן. און אז שאָלעם-אלייכעם איז געקומען צו מיר אין שטוב ארײַן, האָב איך אים ניט דערקענט. װוּ איז געווען דער קאָפּ מיינער? װוּ זיינען געווען מיינע אויגן..

ראיכ יי ס'איז בא אונדז הײַנט אזא סאָג. דער קאָפ איז קיין קאָפּ ניט. די אויגן --- קיין אויגן ניט,

ואױ שאװוס קי אָט דאָס האָסטו שוין דאפקע א טאָעס. הײַנטיקער טאָג איז בא מיר פארעכנט פאר דעם שענסטן טאָג. מיר װועלן ערשט באווייזן, װאָס פאר א טאָג מיר האָבן הייַנט! (גייט אין א זײטיקן צימער, מאכט צו די טיר נאָך זיך.)

עטע לע. וװווהין איז דער טאטע אװעק? לאָזט איבער א גאסט און אנטלויפט!.

ראכיל (צו שאַלעם-אלייכעמען). און איך קוק אף אײַך, און ס'עפנט זיך בא מיר ניט דאָס מויל צו ריידן מיט אײַך װי מיט א גאסט. עפעס דאכט זיך מיר, אז מיר קענען זיך שוין לאנג און מיר ווארטן אף אײַך שוין לאנג. און דער איקער -- ער.. (אין דער זײַט פון דעם אוועקגע- גאנגענעם.)

שאָלעם-א לײיכעם. איז ער דאָך אליין שולדיק. וווינען אין איין שטאָט און האלטן זיך אין דער פארבאָרגעניש!.. דער נאָמען ווארשאווסקי איז מיר שוין לאנג געווען באקאנט. געװוּסט, אז בא אונדז אין יעהופּעץ איז דאָ אן אדװאָקאט ווארשאווסקי. הײַנט װוער איך פּלוצעם געװאָר, או אָט דער ווארשאווסקי איז גאָר אן אונדזעריקער פּארשוין, אן אָרעמס און א פריילעכס, ער זינגט, זאָגט מען מיר, לידער, זיײַן אייגענע ארבעט. ער אליין מאכט די לידער, ער אליין באשאפט די מוזיק צו זיי, און ער אליין זינגט זיי --- אלצדינג אליין. סטײַטש, זאָג איך, װאָס זשע שװײַגט איר? גיט אים אהערצוצו, אָט דעם פויגל!..

ראכיל. דאָס איז געווען אמאָל. און איצט זעט איר: סומנע בא אונדז אין שטוב. אונדזער פויגל איז אונדז אנשוויגן געװאָרן. פון זינט איך בין קראנק געװאָרן, קוקט ער ניט אָן די ליכ- טיקע וועלט. און אָט דער פּינקוס --- ער האָט אים גאָר דעם קאָפּ אראָפּגענומען.

ב ר אָ נ יי ע. ווידער פּינקוס... מאמע!..

רא כיל. ביסט גערעכט, טאָכטער, איידער רעדן וועגן פּינקוסן, איז שוין גלײַכער שווייגן. (עס דערהערט זיך א סאליוט-שיסערײ פון הארמאטן. אלע הערן זיך אײַן אין דער שיסערײ. אין דעם אָפענעס פענצטער באווייזט זיך דער אַקאָלאָדאָטענע).

אָקאָלאָדאָט שנע. !807218 !818ױ30.

אלע שטעלן זיך אוף. דער אָקאָלאָדאָטשנע פארשװינדט.

שאָלעם-אלײכעם (נעמט אין האנט דאָס בלעטל מיטן קייסערס פּאָרטרעט). א ליכטיקע צורע!.. (צו בראָניען.) איר גיט נאָר א טראכט: אָט אָדדאָס טוט הײַנט אָן א קרוין אפן קאָפּ, און די וועלט שװײַגט, די גאנצע וועלט שװײַגט.

בראָניע. ניט אלע שװײַגן.

שאָלעם-א לײככע ם. דאכט זיך, ארום-און-ארום שא-שטיל. מע זאָל עס הײַנט הערן כאָטש עפּעס א קאָל.

ב ראָניע. א קאָל האָט מען הײַנט שוין געהערט, און ניט איינס,

שאָלעם-א לײכ עם. איך פארשטיי: צוליב א גאסט איז א מיצווע אויסטראכטן אויך. אבי ס'זאָל זײַן פריילעך.

ב ר אָניע. איך טראכט ניט אויס.

שאָלעם-א לײכ עם. איז װי זשע האָט מען עס אזא הארץ און מע זאָגט גיט, ווען, װוּ איז עס פאָרגעקומען?

19

ב ר אָ נ יע. אפן טײַך. הײַנט. נאָך פון סאמע אינדערפרי זײַנען געקומען אהין סטודענטן, ארבעטער, זי זײַנען געזעסן אין די שיפלעך און געווארט. און אז מע האָט נאָר געגעבן א סיגנאל, זײַנען זי אלע ארויס אפן מיטן טײַך. דער גאנצער טײַך איז געווען זייערער.

שאָלעם-אלײכעם (באגײַסטערט). זײערער!

בראָניע. אָבער ניט גוט האָט זיך עס געענדיקט, ניט גוט. מע איז נאָר ארויס אפן טײַך, מע האָט נאָר אָנגעהױבן זינגען, איז אָנגעפאלן פּאָליציי און האָט אלעמען צעטריבן.

שאָלעם:-אלײכעם. הײסט עס בא אײַך שויף ניט גוט? מענטשנסקינד, װאָס האָט איר אזוי קיין צײַט ניט מיט אײַער ,ניט גוט". זאָגט אנדערש, זאָגט, אז ס'איז גוט. א קאָל האָט זיך הײַנט געלאָזט הערן? װעט מען עס איצט שוין הערן און הערן. ניט אפן וואסער --- איז אף דער ערד. ניט אף דער ערד -- איז פון אונטער דער ערד. ער האָט עס געזאָגט, אז די וועלט שװײַגט? די וועלט שװײַגט ניט! די וועלט וויל ניט שװוייגף (גייט צו צום פענצטער.) נו, פרעג איך אײַך: קאָן מען פּײַנט האָבן אזא וועלט?

אף דער שװצל באװײַזט זיך ווארשאווסקי מיט א פיד? אין האנט. ואר שאװס קי. ניטאָ קיין קלאוויר, װועלן מיר שפּילן אף א פידל, אף א ייִַדישן פידל. מיר וועלן זינגען און פּראווען דעם געבורטסטאָג פון מײַן טאָכטער!..

(פאַרהאנג)

דאָפ דַרִיִטע ביקה

אין באָארקע. בא שאָלעם-אלייכעמען אין דער זומער-װוינונג. א קליין סעדל, ארומגעצאמט מיט

שטאכעטן. רעכטס -- א גרויסער גאנעק, װאָס פירט אין שטוב ארײַן. אפן גאנעק -- שאָלעם-אלייז כעמס שרײַבטיש.

לינקס -- א פירטקע, װאַס פירט אין ואלד, צו דער באך"סטאנציע. בא דער זײַט פון דער

פירטקע -- א טױער. בייס דער פאָרהאנג הײבט זיך אוף, איז

אלײכעם און טשערני קומען ארויס פון שטו

שאָלעם-א לײכ עם. דאָ מעגט איר מיר זאָגן דעם גאנצן עמעס.

טשערני (טײַט אף דער שטוב). דאָרט האָב איך אויך קיין ליגן ניט געזאָגט.

שאָלעם-אלײכעם. דאָרט האָט איר גערעדט פאר דער מוטער. דאָ מעגט איר רעדן אָפן: װאָס וועט זײַן מיט די קינדער?

טשער ני. אין איין װאָך ארום וועלן אײַערע קינדער אומלויפן דאָ אפן זאמד.

שאָלעם-אלײכעם (ניט גלייבנדיק). דאָקטױרים האָבן ליב צוזאָגן.

ט שערני יונגע טאטעס האָבן ליב שרעקן זיך.

שאָלעם-אלײכעם. די טאטעס בין איך איַך מויכל. װועגן די קינדער זאָגט מיר: זײ וועלן ווידער זײַן מײַנע װוי פריִער?

טשערני זיכער.

שאָלעם-א לײכעם. דאָס רעדט איר מייסע דאָקטער. רעדט מײַסע פריינט!

טשערני. אנדערש האָב איך מיט אײַך קיינמאָל ניט גערעדט.

שאָלעם-אלײכעם. דאָס װייס איך. (דריקט איס די האנט) טאָמער האָב איך די טעג אײַך זאטשעפּעט מיט א װאָרט, מיט עפּעס כאָלילע אָנגערירט -- זאָלט איר מיר מויכל זײַן. איר בארעכנט נאָר: אין איין טאָג ווערן פארשלאפט ביידע קינדער. צוויי פּיצלעך, און ביידע ליגן אין היץ, און ביידע קוקן מיר גלײײַך אין די אויגן. זי קוקן אף מיר, און איך אף זיי. און אזוי אכט טעג און אכט נעכט --- דאָס אין עפּעס א קאטאָוועסל?

טשערני אָבער דער הײַנטיקער טאָג איז דאָך שוין אן אנדערער, מע מעג דאָך שוין קומען צו-זיך. אָפּרוען.

שאָלעם-אלײכעם. אָפּרוען, זאָגט איר? אָט אזוי טאקע אף ציקאוועס נעמען און אָפּי רוען... (קוקט זיך ארום.) דער זומער איז גרויס, דער וואלד איז גרין. די זון גלעט און ווארעמט וי א מאמע, א לופט, װאָס בלאָזט גלײַך פון גאניידן ארויס, און אָט אָ-דאָ אין דעם וואלד, מיט דעם לופטעלע, הייסט עס, שפּאצירט זיך ארום שאָלעם-אלייכעם און האָט האנאָע פון דער וועלט... (צעלאכט זיך מיט א הילכיקן געלעכטער.) ניין, דאָקטער, הימל און ערד האָבן געשװאָרן אז שאָלעם-אלייכעם זאָל ניט רוען. מאָרגן, די זון װעט נאָר אופשטיין, װעט שאָלעם-אלייכעם שוין זײַן צוריק אין יעהופּעץ, װידער יאָגן זיך נאָכן שטיקל ברויט, ווידער לויפן זוכן א קערבל. נעמט טשערנץ אונטערן אָרעם, פירט אים אראָפּ פונעס גאנעק, גייט מיט אים לענגויס די

20

שטאכעטן) אָט אזוי שרײַב איך, גייענדיק, לויפנדיק, און פּונקט דעמלט וואקסן אויס די שענסטע בילדער, און עס לייגט זיך צונויף די בעסטע מאכשאָוועס, און מע קאָן זיך ניט אָפּרײַסן אף קיין מינוט, אף קיין רעגע דאָס אלצדינג ארופצונעמען אפן פּאפּיר -- ברענען זאָל דאָס קערבל! ברענען זאָל די ועלט!

עס באװײַזט זיך דער סטודענט שא לי טא, גייט פון יענער זײַט שטאכעטן, הערט זיך אײַן

שאליטא. זי װעט ברענען, איר װועט אליין זען, וי זי װעט ברענען!

שאָלּעםיאלײכעם (קוקט זיך אום, דערזעט ששאליטאן, ווענדט זיך צו טשערנין. איר הערט װערטער? אָט דער מענטש איז בא מיר באגלייבט! (גייט אנטקעגן שאליטאן, דריקט אים די האנט.) זאָגט איר, רעב נאָכעמטשע, אז זי וועט ברענען, אָט די מיִעסע וועלט, הא? זי װעט ברענען, און איך װעל נאָך זויכע זײַן דאָס אָנצוקוקן מיט מײיַנע אייגענע אויגן? און טאָמער איז מיר ניט באשערט עס צו זען? טאָמער װעט מיר ניט קלעקן קיין יאָרן? (נעמט פאר די הענט שאליטאן און טשערנין.) זאָגט מיר צו, שווערט מיר: װוּהין דער ווינט זאָל מיך ניט פארטראָגן, װוּ מײַן געביין זאָל ניט אהינקומען, װעט איר מיך געפינען, איר װעט קומען צו מײַן קייווער און מיר שטיל- שטיל ארײַנזאָגן: ;שאָלעם-אלייכעם, מיר האָבן דערלעבט בעסערע צײַטף* (זעצט זיך אוועק אן אויסגעעזעפטער אף דער סאָד-באנק.)

טשערני. זעט איר: געוען מיך פאָלגן, געװען אָפּרוען -- װאָלט אײַך ניט אײַנגעפאלן איצט טראכטן וועגן טויט.

שאָלעם-אלײכעם. פון טראכטן װעגן טוט ביז גרייטן זיך צום טויט איז נאָך גענוג װײַט. איך װעל אײַך אײַנרױמען א סאָד, דאָקטער. ניט איין יעהופּעצער גוויר װעט נאָך זײַן די קאפּאָרע פריער, איידער שאָלעם-אלייכעם װעט אָנהײבן זיך געזעגענען מיט דער וועלט. און איצט (לייגט ארוף די האנט אף שאליטאס אקסל) צום טיש, צו דער ארבעט.

טשערני (נעמט אראָפּ שאָלעס-אלייכעמס האנט פון שאליטאס אקסל). קיין שום טיש און קיין שום ארבעט! רוען דארפט איר, רוען!

שאָלעם-אלײכעם. דאָקטער, איר האָט א טאָעס געהאט, אײַערע פּאציִענטן זײַנען דאָרט (טײַט אף דער שטוב.)

טשערני. מײַנע פאציענטן זײַנען אי דאָרטן, אי דאָ (טײַט אף שאָלעס- אלייכעמען)

שאָלעם-אלײכעם. איך זאָג אײַך: דאָרטף

ארום די שטאכעטן באװײַוט זיך זאָלאָטוש קיןף

טשערני. און איך זאָג: דאָ.

שאליטא (קוקט אפן וועג ארויס). װאָס לויפט עס אהער דער ייָד פון פּאָדאָל, זאָלאָטושקין?

שאָלעםיאלײכעם לאָזט זיך גיין אנטקעגן). װאָס איז מיט אײַך, זאָלאָטושקין?

זאָלאָטושקין (לויפט אריין אין סעדל, דריקט שאָלעס-אלייכעמען די האנט). אײי, גוט! אײַ, גוט! װאָס ווייסט איר, װאָס ווייסט איר, װוי גוט דאָס איז!

ש אָ ל ע ם"א לײכ עם. װאָס איז אײַך פּלוצעם באפאלן אזא גוטסקײַט! (צו טשערנין) דאָס ערשטע מאָל הער איך, אז א ייד אן איינבינדער זאָל זאָגן: ס'איז אים גוט! (פירט אלעמען צום גאנעק, צום שרייבטיש)

זאָלאָטוש קין. דערלעבט זיך א שטיקל נאכעס אף דער וועלט. אוי, נאכעס! אוי, נאכעס!

שאָלעם-א לײכע ם. רעדט ווערטער. פונוואנען קומט איר?

זאָלאָטוש קין װאָס הייסט פונוואנען? פון שטאָט לויף איך. א האלבע שטאָט קלײַבט זיך הײַנט לויפן צו אײײַך. די שטאָט גייט כאָדאָראָם, די שטאָט וויגט זיך.

שאָלעם-אלײכעם (צו טשערנין). הערט א מײַסע.

זאָלאָטוש קין די מײַסע איז א שיינע מײַסע. איר זיצט דאָ, און דאָרט קלינגט מיט אײַך די וועלט.

שאָלעם-א לײכעם. װאָס זשע איז דאַרט פאר אזא קלינגעריי?

זאָלאָטוש קין זײי וייסן שוין, װאָס זיי האָבן צו קלינגען. ס'איז ארויס א קלאנג, אז שאָלעם-אלייכעם האָט געמאכט א נײַ ביכל ,יאקנעהאָז".

שאָלעם-אלײיכעם. איז דאָך נאָך דאָס ביכל ניט ארויס.

זאָלאָטוש קין נו, איז װאָס? מיינט איר, מע ווייסט ניט, װאָס אין ביכל שטייט. מע ווייסט שוין: שאָלעם-אלייכעם האָט זיך גענומען צו די יעהופּעצער נעגידים און האָט געמאכט פון זי אשפּע,.. װאָס ווייסט איר, װאָס ווייסט איר, װאָס בא די בערזע-שפּילער טוט זיך! די גאס לאָזן זיי ניט דורכגיין! אף דער בערזע איז אן ערדטרעטעניש. אוי, בענטשן זיי אײַך! סע זאָל נאָר פאלן אף זיי, װאָס זיי ווינטשן אײַך! און אלע אין איין קאָל: ;װוּ נעמט מען אָט דאָס ביכל? װוּ נעמט מען

21

אָט דאָס ,יאקנעהאָז"?* וויבאלד אזוי, טראכט איך מיר, בין איך דאָך בילכער. עפּעס איז עס דאָך מײַן שאָלעם-אלייכעם, װעט ער באהאלטן פון מיר זײַן {יאקנעהאָז"? װײַזט עס מיר, לאָמיר כאָטש זען, װאָס פאר א פּאָנעם דאָס האָט!

שאָלּעם-אלײכעם. מענטשנסקינד! װאָס רעדט איר צום שרײַבער, רעדט צום איבער- שרײַבער --- ער איז באלעבאָס!

שאליטא (נעמט אריס א מאנוסקריפט). אָט האָט איר עס פאר אײַערע אױגן

זאָלאָטושקין (באטראכט דעם מאנוסקריפט) אָט דאָס איז עס? װאָס זשע גייט עס בא אײַך אום נאקעט? לאָזט מיך, לאָמיר אף דעם כאָטש א העמדעלע אָנטאָן, כאָטש א טאָוועלע ארופ- טאָן אף דעם! באלד טאקע נעם איך זיך צו דער ארבעט, באלדי.. (נעמט ארויס דאָס געצײַג, וואַס ער האָט געבראכט מיט זיך.)

שאליטא (קוקט אף שאַלעס-אלייכעמען). באלד?

שאָלעם-א לײכעם. אים װעט איר ניט איבעריידן, ס'איז א הייסער ייָד. פירט אים שוין אין שטוב ארײין, פירט אים...

שאליטא און זאַלאָטושקין גײען ארײַן אין שטוב. שאָ לצעם-אלײ כעם און ט ש ערני שפּאנען איבערן סעדל.

שאָלעם-אלײכעם. געפעלט אײַך דער גרוס? די יעהופעצער נעגידים האָבן זיך דאָך צעפּאָלאָכעט גאָר אף אן עמעס. זיי בילן װי די קלויסטער-הינט אין א פינצטערער נאכט... (לאכט מיטא הילכיקן געלעכטער.)

טשערני. אז זי בילן, איז א סימען, אז זי קענען אמאָל באפאלן אויך.

שאָלעם-יאלײכעם. װאָס זשע איז די אייצע, דאָקטער? (אונטערגעשטראָכן-איראַניש. עפּעס זײַט איר דאָך א מענטש, װאָס דארף געבן דער וועלט אייצעס...

אין סעדל קומט ארײַן ב ראָניע.

ב ראָניע. קוים געפונען אײַך. איר האָט זיך פארוקט אזוי טיף אין וואלד ארײַן. איך גי און גיי. פּלוצעם הער איך: מע לאכט. ,אָט אָדדאָ מוז עס זײַן", -- טראכט איך מיר. איך גיי צו-- יאָ. דאָס זײַט איר.

שאָלעםיאלײכעם (מיט פארביטערונג). ס'איז בא אונדז פריילעך -- לאכט זיך. (קוקט מיט אנציקונג אף בראַניען.) איך זאָג מיר מײַנס: שיינע טאטעס האָבן שיינע טעכטער. (צו טשער- נין,) און הענט האָט עס! און שפּילן שפּילט עס!

בראָניע. ווען איר זאָלט וויסן, מיט װאָס איך בין געקומען צו אײַך, װאָלט איר מיך ויי" ניקער געלויבט.

שאָלעם-אלײכעם. סטראשעט ניט, מיר קאָנען זיך נאָך כאָלילע איבערשרעקף

בראָניע. איך שרעק זיך טאקע פאר זיי, יעדן טאָג זע איך זיי, און יעדן טאָג שרעק איך זיך פאר זיי.

שאָלע םדא לײכ ע ם. פאר וועמען איז עס די שרעק, לאָמיך וויסן?

בראָניע. איר וייסט דאָך: א לערערן בין איך, איך קום ארײַן אין די רײַכע הײַזער און לערן קינדער מוזיק. הײַנט איז געווען פּינקוסעס טאָג. דער ערגסטעף טאָג איז בא מיר שטענדיק פּינקוסעס טאָג.

שאָלעם-א לײכעם. איך פארשטיי: ניט אזוי דעם פּינקוס, וי די פּינקוסיכע.

בראָניע. יאָ, יאָ. איך קום צו זיי אין שטוב, ווארפט זיך אף מיר ארוף די פּינקוסיכע, זי האלדזט מיך, זי קושט מיך, זי באזעצט מיך באם טיש, נאָר װאָס זיי טראכטן אף אן עמעס -- ווייס איך קײינמאָל ניט. הײַנט האָב איך זיך פּלוצעם דערװוּסט.

שאָלעם-א לײכ ע ם. אזוי װויל איז אײַך. : בראָניע. װאָס רעדט איר! ס'איז שרעקלעך, שרעקלעך, װאָס זיי טראָגן אין הארצן. זי האָבן דערהערט, איר האָט אָנגעשריבן א נײַעם בוך ,, יאקנעהאָז".

שאָלעם"א לײכ עם. ווייסן זיי שוין אויך, אז ס'איז דאָ א ;יאקנעהאָז" אף דער װעלט!

בראָניע. זי זאָגן, עס וועט ניט זײַן קיין ;יאקנעהאָז" אף דער וועלט.

שאָלעם-אלײכעם. סײַדן איך װעל ניט זײַן אף דער וועלט.

בר אָניע. זאָגן זיי טאקע... (האקט אָפ.)

שאָלעם"א לײכ ע ם. װאָס זאָגן זיי?

ב ראָנ יע. ניין, ניין, דאָס איז שרעקלעך. איך קאָן עס ניט זאָגן.

אפן גאנעק באװײַזט זייך שאל יטא, בלײַבט שטיין, הערט זיך אײַן.

שאָלעם-אלײכעם. אז איר קאָנט עס ניט זאָגן --- װעלן זי עס קאָנען טאָן.

22

ב ראָניע. איך װעל זאָגן. איך װעל אלצדינג אײַך זאָגן. (כאפט איבער דעם אָטעם.) זי האָבן הײַנט אופגענומען געסט, די פּינקוסעס. זיי האָבן זיך אויסגעזעצט באם טיש מיט זייערע געסט, און די גאנצע צײַט האָבן זיי דערמאָנט אײַער נאָמען. איך האָב ניט געקאָנט אײַנזיצן, האָב איך זיך אופגעהויבן פון טיש און גענומען אוועקגיין. הער איך: זיי טרינקען לעכאיִם און ווינטש צו איינער דעם אנדערן: מע זאָל דערלעבן הערן, וי שאָלעם-אלייכעמס קינדער זאָגן קאדעש נאָך זייער טאטן...

טשערני. א, ניט דערלעבן וועלן זיי..

שאָ לעם-א לײכ עם. שטילער, דאָקטער, שטילער. (צו בראָניען.) װאָס איז געווען װײַטער?

ב ר אָנ יע. װײַטער?.. איך האָב ניט אויסגעהאלטן. איך בין אנטלאָפן. אָט אהער, גלײַך אהער בין איך געלאָפן...

שאָ לעם-א לײכע ם. ריינע נעשאָמע, װי קומט איר אהין, אין יענעם געמויזעכץ ארײיף!

ב ראָ ניע. איר טראכט וועגן מיר --- וועגן זיך דארפט איר איצט טראכטן.

ט שער ני. איך מיין אויך אזוי. צײַט, איר זאָלט א טראכט טאָן וועגן זיך.

שאָלעם-אלײכ עם. װאָס האָט זיך געטראָפן? באשער די יעהופּעצער נעגידים קוקן אף מיר מיט געלע אויגן פון סינע, זיי ברענען פון קאס. פארגין איך זיי עס פון גאנצן הארצן. זי וועלן אזוי לאנג ברענען, ביז זיי װעלן אימירצעשעם אינגאנצן פארברענט וערן. (לאכט.)

טשערני. אבי איר לאכט -- איז שוין גוט.

שאָלעם-אלײכעם. טאקע?

טשערני. איך װעל אײַך דערמאָנען אײַערס א ווערטל: אז מע לאכט מער -- האָט מען וייניקער מוירע...

שאָלעם-אלײכעם (צעלאכט זיך נאַָך מער). און איר, הייסט עס, האָט מוירע, אז שאָלעם- אלייכעם זאָל כאָלילע ניט אריינפאלן אין דער מוירע? (דערזעט, וי פון שטוב גייט ארויס אָלגע. לייגט צו א פינגער צום מויל.) קיין װאָרט ניט! (גייט איר אנטקעגן.) װאָס איז, אָלגע? עפּעס ניט גוט מיט די קינדער? מע דארף ווידער דעם דאַקטער?

אָלגע (צו טשערנין). עפעס געפעלן זיי מיר װוידער ניט.

טשערני. איך גי שוין, איך גיי. (גייט אוועק מיט אַלגען.)

שאָלעם-אלײכעם (צו בראַניען). האָט מיר קיין פאריבל ניט, װאָס איך װעל אויך אוועק אהין. מײַנע קינדער זײַנען קראנק. אָבער איך קום טייקעף צוריק. (גייט ארײַן אין שטוב.)

בראָניע בלײַבט אליין, מאכט עטלעכע טריט אין סעדל, שטויסט זיך אָן אף שא ליטאן, װאַָס גייט איר אנטקעגן.

בראָניע (איבעראששט). איר זײַט דאָ? איך האָב ניט געװוּסט, אז איך װעל אײַך דאָ טרעפן.

שא ליטא. איך בין ארויס פון שטוב, זע איך, וי איר שטייט און רעדט. איר האָט אזוי געפלאטערט! איר פלאטערט נאָך איצט. נו, בראָניע, מע דארף דאָך נעמען זיך אין די הענט! (דריקט איר די האנט.) איך ווייס: ניט קיין פריילעכע יעדיַע האָט איר געבראכט. אָבער איר האָט זי געבראכט פּונקט צו דער צײַט. גוט האָט איר געטאָן, בראָניע, זייער גוט.

ב ר אָ נ ייע. און איך ווייס, אז ניט גוט, זייער ניט גוט.

שאליטא. פארװאָס האָט איר ליב אויסטראכטן אף זיך שלעכטס, בראָניע?

בר אָניע. איך טראכט דען אויס? אזוי איז עס געוען: איך בין געזעסן בא די פּינקוסעס אין שטוב, איך האָב אלעס געהערט און האָב געשויגן. װאָס זיי האָבן גערעדט, װאָס זיי האָבן גערעדט! ווען זיי װאָלטן קאָנען --- װאָלטן זי אָפּגעמעקט שאָלעם-אלייכעמען פון דער וועלט.

שא ליטא. ווען זיי װאָלטן נאָר קאָנען...

ב ר אָנ י ע. פארװאָס זאָלן זי ניט קאָנען? עמעצער װעט זי דען זאָגן א װאָרט? אָט בין איך דאָך געזעסן און האָב געשוויגן. איך פרעג בא זיך: פארװאָס האָב איך געשוויגן? מאָרגן װעלן זי וועלן אומברענגען אײַך!

שאליטא (שמייכלט). פארװאָס זאָלן זיי וועלן אומברענגען מיך? איך טו דען עפּעס?

בראָניע. רעדט מיט מיר ניט אזוי! איך ווייס: איר טוט, א סאך טוט איר, נאָר איר באהאלט עס פון מיר. פארװאָס לאָזט איר מיך איבער דאָרטן אליין? איך וויל זײַן צװישן אנדערע. איך וויל זײַן אן אנדערע. זאָגט מיר, זאָגט איר מיר, אז איך קאָן זײַן אן אנדערע!

שאליטא. און אז איך װעל אײַך זאָגן --- װעט איר גלייבן?

בראָ ניע. אײַך װעל איך גלייבן. מיר דאכט, אז איך הייב שוין אָן גלייבן. אָט דאָ, אָט איצט.

שא ליטא. און איך האָב שוין לאנג געגלייבט.

בר אָ ניע. און מיר האָט איר גאָרנישט ניט געזאָגט.

שאליטא. זאָג איך איצט.

28

פון שטוב גייט ארויס ט שע רני, נאָך אים שאָ לעםאלײכעם.

טשערני. אומזיסטע שרעק, מער ניט װי אומזיסטע שרעק. אוי, אָט די יונגע מאמעס!

שאָלעם-א לײכ עם. שוין, ס'געפעלן אים שוין ניט די יונגע מאמעס. (צו בראָניען.) אונד- זער יונגע מאמע האָט דערהערט, אז איר זײַט דאָ, בעט זי, איר זאָלט באלד ארײַנקומען. נעמט זי אונטער דער האנט, פירט זי צו דער שטוב.) כאָטש אף איין רעגעלע.

אין סעדל באװײַזט זיך פויגלמאן

פויגלמאן. שאָלעם-אלייכעם, מאָסיע שאָלעם-אלייכעם! שאָלעם:אלײכעם (לאַזט איבער בראָניען, װאָס גייט אליין ארײַן אין שטוב). אלייכעם- שאָלעם, מאָסיע פויגלמאן! פויג למאן (ברויגעזלעך). ס'א גליק, װאָס איר האָט מיך כאָטש דערקענט. שאָלעם:אלײכעם. פארװאָס זאָל איך אײַך ניט דערקענען? פויג למ אן. מאלע װאָס סע טרעפט זיך. שאָלעם-אלײכעם. לעמאָשל, װאָס האָט זיך געטראָפן? פויגלמאן (קוקט מיט א לאנג, דורכדרינגלעכן בליק). פע, מאָסיע שאָלעם-אלייכעם, פע! כ'לעבן, פע! טאקע װאָס פע הייסט! שאָלעם-אלײכ עם. װאָס זשע הייסט ;װאָס פע הייסט"? פויגלמאן דאָס הייסט, ס'איז הײַנט געװאָרן א װועלט מיט שקאָצים און עס קריכט זײ אין קאָפּ ארײַן -- דער שווארצער יאָר ווייסט װאָס: מישן זיך אין יענעמס געשעפטן און בא" שרייַבן דעם גוויר. שאָלעם-א לײכ עם. אז איר זײַט א גוויר און גאָט האָט אײַך געשטראָפט מיט גראָבע טויזנטער, -- דאָס ווייס איך, נאָר אז עמעצער האָט אײַך באשריבן -- דאָס הער איך ערשט. פויגלמאן. און אז איך מאך כאסענע א טאָכטער -- װעט איר זאָגן -- האָט איר אויך ניט געהערט? הײַנט װאָס האָט איר געדארפט אריינקריכן אינמיטן און מאכן אויס שידעך? פע, מאָסיע שאָלעם-אלייכעם, פע! שאָלעם-אלײכעם (גײט צה טוט א טאפ בא פױיגלמאנען דעס שטערן. דאָקטער! פויגלמ אן. װאָס דארפט איר דאָקטוירים? איך בין מיר אליין א דאָקטער. איך ווייס, װאָס מיר טוט װיי! שאָלעם-אלײכעם. טאָ לאָמיר אויך וויסן. פויגלמאן. אז איר וועט האָרכן -- ועט איר וויסן. דעם מעכוטן מײַנעם -- מאָסיע טויגל- מאן -- קענט איר? הײַנט אינדערפרי -- איך עפן נאָר די אויגן -- ער איז דאָ. גוט-מאָרגן!" -- גוט-יאָר!" -- ;נו?* -- פרעגט ער מיך. ;װאָס נו?* -- פרעג איך אים. , גאָרניט, זאָגט ער, איך מיין עס גלאט אזוי". ---,איך ווייס ניט, זאָג איך, װאָס מיינט איר אזוי פרי מיטן גלאט אזוי".-- ;איך מיין, זאָגט ער, מיקויעך יענער מײַסע". ---;װאָסער יענע מײַסע?* -- פרעג איך. ,מיקויעכן ביכל", -- זאָגט ער. ;װאָס פאר א ביכל?" -- פרעג איך. ,קוק אים נאָר אָן א ביסל, זאָגט ער, ער ווייסט נעבעך ניט, װאָס איך מיין". ---;זאָגט מיר מיט א מויל, זאָג איך, װעל איך וויסן". -- ;איך מיין, זאָגט ער, שאָלעם-אלייכעמס ביכל". -- ,א:, -- זאָג איך. -- ,װאָס א?* -- פרעגט ער. ;איר מיינט, זאָג איך, דאָס ביכל, װוּ מע האָט א ייִך באשריבן?" -- ,מיך? --- זאָגט ער, -- א ײַך האָט מען באשריבן". -- ;איר האָט א טאָעס, מעכוטן", -- זאָג איך. ;דאָס האָט איר א טאָעס, מעכוטן", -- זאָגט ער. ער איך שוין אין קאס און שרײי: ,דאָס מיינט מען אײַך, מאָסיע טויגל- מא!" ווערט ער אין קאס און שרײַט: ,דאָס מיינט מען אײַך, מאָסיע פויגלמאן!" שריי איך: , דאָס זײַט איר אומגעגאנגען אין בארדיטשעוו בייגל צו פארקויפ!* שרײַט ער: ,דאָס האָט איר פאר- קויפט אין בארדיטשעוו אפן מארק קישקעלעך אפן ארשין!* שריי איך: ;דער שידעך װעט וערן אויס שידעך, מאָסיע טויגלמאן". שרײַט יעה ;דער שידעך אין שוין אויס שידעך, מאָסיע פויגלמאן!* שאָלעם-אלײכעם (כאפט אים אונטער, פירט אים צו דער פירטקע). די מינוט זאָלט איר מיר גיין איבערבעטן אײַער מעכוטן! אָבער די מינוט, איר הערט! לויפט צו אים און זאָגט אים: כאָטאָסי! איך גיי ערשט פון שאָלעם-אלייכעמען, זע איך ארויס, אז איך האָב א טאָעס געהאט: ניט אײַך מיינט ער און ניט מיך מיינט ער -- די וואנט מיינט ער. (שטופט פויגלמאנען צו דער טיר.) און מיקויעכן שידעך זאָלט איר אים אויך זאָגן אין מײַן נאָמען: דער שידעך בלײַבט א שידעך! פויגלמאן (שין באס סאמע ארויסגאנג). און דאָס ביכל? שאָלעם-א לײכ עם (שטופט אים ארויס). דאָס ביכל בלייַבט א ביכל!

24

שאט 2.8 =

טע

פויגלמאן פארשװינדט. ט שערני, שאליטא און זאָלאָטושקין קײַכן פאר גע- לעכטער. פון ואלד הערט זיך א שטים, װאָס רופט אויס: ,מילכיקס.. מילכיקס... מילכיקס...* ס'באװײַזט זיך א פערד-און-וועגעלע, פאָרויס גײט ט עװיע, פירט דאָס פערד פאר דער צוים, שאָלעם-אלײכעם שפּירט נאָך מיט פארגאפטע אויגן נאָך טעװיעס טריט, טעװיע דער מילכיקער. אך, טי, ריבוינע-שעל-אוילעם, גאָטעניו נאש! װאָס האָסטו זיך עפעס צוגעטשעפּעט צו טעוויען גראָד? פארװאָס זאָלסטו ניט א שפּיל טאָן זיך מיט די יעהופּע- צער נעגידים? שאָלעםיאלײכעם (עפנט דעם טיער). מע װועט מיט זי נאָך א שפּיל טאָן. מע װוצט אזוי א שפּיל טאָן, אז זיי וועלן שפּילן מיט דער נעשאָמע! פאָרט אריין, רעב טעװויע!

(פאָרהאנג)

צווייטער אקט דאָס פערטע בילד

בא ווארשאווסקין אין שטוב. דער זעלבער צימער, װאָס אין ערשטן אקט. אָװנטיצײַט עט עלע שטייט אינמיטן צימער, לערנט זיך שפּילן אפן פידל. שפּילט זייער האסטיק. ס'קומט ארײַן רא כ יל.

ראכיל. ניט געקאָכט זיך, ניט געקאָכט זיך. ווארף ניט מיט דער האנט. (דער פידל גיט פלוצעם א גרילץ, עטעלע טוט אים א שמיץ אפן בעט.) װאָס איז דאָס? דו ביסט אראָפּ פונעם טאָן -- און דער פידל איז שולדיק? מער װעט דער פידל אין דײַנע הענט ניט קומען. אויס: (נבאטראכט דעם פידל) ס'א כידעש, װאָס ער איז גאנץ געבליבן. (הייבט אים אָן וויקלען אין דעם לײַוונטענעם העמדל.) געבעטן זיך בא דיר: ווארט צו, אָט באלד װעט דער טאטע קומען פון פּאָדאָל, װעט ער דיר אָנשטעלן דעם פידל. מעג מען, דאכט זיך, צוּווארטן א ביסל...

עטעלע. א ביסל האָב איך שוין געווארט. (ס'הערט זיך, וי דער זייגער שלאָגט. עטעלע ציילט פריִער פאר זיך, דערנאָך אף א קאָל.) זיבן, אכט, נײַן. דער טאטע איז שוין אף פּאָדאָל. דער טאטע זינגט שוין. אלע זיצן און הערן, און דער טאטע שטייט און זינגט. מאמע, דו הערסט, װי דער טאטע זינגט? און איך הער.

ר א כ י ל. װאָס נאָך װועסטו זאָגן?

עטעלע. אז איך זאָג דיר, איך הער. די ליד פונעם טרובאטש זינגט ער. (הייבט אָן שטילער- הייט זינגען.)

איך װעל אײַך דערציילן אקוראט

און מיט גרויס אָכאָטע,

וי איך בין געוועזן א סאָלדאט

אין דער ערשטער ראָטע.

טראם-טראם -- א סאָלדאט

בין איך געווען מיט ביינער,

מע האָט מיך געמאכט פאר א טרובאטש, האָב איך געטרובעט וי קיינער, טרא-טא-רא-רא! טרא-טא-רא-רא!

האָב איך געטרובעט וי קיינער!

בייס עטעלע זינגט, עפנט זיך די דרויסן-טיר און ס'קומען ארײַן פינקוס מיט זײַן װײַב. זי הערן זיך א װײַלע צו, ביז עטעלע באמערקט זײ און הערט אוף זינגען.

מאדאם פּינקוס. זינג, נעשאָמעלע מײַנס, זינג! װאָס האָסטו זיך איבערגעשראָקן? די פּינקוסעס זײַנען דאָ ניט קיין פרעמדע. די פּינקוסעס זײַנען דאָ אייגענע, מער וי אייגענע. (צו דאכילן.) געגאנגען פארביי, זאָג איך צו אים: ,/מאָסײ, לאָמיר אריינגיין צו די ווארשאווסקיס?* ואָגט ער: ע;װאָס עפּעס פּלוצעם מיטנדרינען?" זאָג איך: שיינער מיטנדרינען -- האָסט עפּעס א סאך אזעלכע ווארשאווסקיס אף דער וועלט?.*

רא כיל. א דאנק אײַך פאר אײַערע גוטע רייד. א גוט װאָרט איז שטענדיק אָנגעלײגט.

מאדאם פּינקוס. װאָס רעדט איר, ראכילעטשקע, װאָס רעדט איר? נאָר א גוט װאָרט זײַט איר בא מיר װוערט? און די נעשאָמע אוועקגעבן פאר אײַך בין איך ניט גרייט! איך האָב שוין אזא נאטור -- איך, אז איך ווער צוגעבונדן צו א מענטשן -- פרעגט שוין גאָרניט. איך האָב

25

נאָר דערזען אײַער בראָניע, די לערערן מײַנע, בין איך צוגעזאָטן געװאָרן. איר ווייסט דען, װאָס פאר א טאָכטער איר האָט! אירע קענטענישן, איר אײדלקײַט, איר הארץ!

ראכיל. איר פארלויבט מיר גאָר מײַן טאָכטער.

מאדאם פּינקוס. װאָס רעדט איר, ראכילעטשקע, װאָס רעדט איר! נאָר לויבן זי -- אף די הענט טראָגן זי דארף מען. איך פרעג זיך אלץ נאָך בא אים: , מאָסײ, זאָג איך, גיב מיר צו פארשטיין, פונוואנען נעמט זיך, װאָס אונדזער לערערן איז אזא איידל קינד?? -- ,װאָס הייסט, זאָגט ער, דו ווייסט ניט: אן איידל קינד נעמט זיך פון אן איידעלער שטוב". -- ;זאָג זשע מיר, בעט איך זיך בא אים, װאָס איז דאָס פאר א שטוב??" --- ;װאָס הייסט, זאָגט ער, ס'איז שוין אייג- מאָל א שטוב. דער טאטע שרײַבט אין די ביכלעך, אלע מענטשן, װאָס גייען ארײַן אין דער שטוב, שרײיַבן אין די ביכלעך. פאראן, זאָגט ער, איינער א שאָלעם-אלייכעם, טאָגט ער און נעכטיקט בא ווארשאווסקין אין שטוב".

רא כיל. ווער האָט עס אויסגעטראכט? (לאכט.)

מאדאם פּינקוס. װאָס זשע, איר זעט אים גאָר קיינמאָל ניט, אָט דעם שאָלעם- אלייכעמען?

ראכיל. זען זע איך אים אמאָל. ער איז מײײַן מאנס א פרײַנט.

מאדאם פּינקוס. דו הערסט, מאָסײ?

פּינקוס. איך הער.

מאדאם פּינקוס. װוּ זשע זײַנען זיי, די פּרייַנט? עפעס זעט מען זי דאָ גיט.

ראכיל. הײַנט װעט איר זי דאָ ניט זען. הײַנט זײַנען זי אף פּאָדאָל.

מאדאם פּינקוס. דוהערסט, מאָסײ?

פּינקוס. איך הער.

מאדאם פּינקוס. װאָס זשע טוען זי דאָרטן אף פּאָדאָל?

ר א כ י'ל. זי קומען זיך דאָרט צונויף מיטן אָרעמען אוילעם. מײַן מאן זינגט, שאָלעם- אלייכעם לייענט א נײַע זאך.

מאדאם פּינקוס. מאָסײ, דו הערסט: ער לייענט די נײַע זאך!

פּינקוס. איך הער. פארװאָס זאָל איך ניט הערן.

מאדאם פּינקוס. אבי דו הערסט. און ווען װעסטו ריידן?

פּינקוס. סע װעט קומען די צײַט -- װעט מען ריידן. (הוסט זיך אָפּ, ווענדט זיך צו רא- כילן.) די מײַסע דערפון איז אזא מײײַסע. איר קענט מיך ניט. איך בין פּינקוס. איך פאל בא זיך ניט אראָפּ, אז מע רעדט אף מיר לאָשנהאָרע, איך האָב ניט מוירע פאר קין ייִדישע מײַלער, איך שרעק זיך ניט איבער פאר קיין באריידעכץ, איך ציטער ניט פאר קיין באשרײַבעכץ אויך. בלאָטע, פּינקוסן נעמט מען ניט מיט אזעלכע זאכן!

ראכ יל. אקעגן װאָס זאָגט איר מיר אזעלכעס?

מאדאם פּינקוס.װאָס רעדט איר, ראכילעטשקע, װאָס רעדט איר! איר ווייסט דען, װאָס אָט דער שאָלעם-אלייכעם האָט געטאָן? האָט גענומען און האָט באשריבן מײַן מאן. נו, איך פרעג אײַך, ראכילעטשקע, קאָן מען לעבן אף דער וועלט? מע נעמט מײַן מאָסײען און מע באשרײַבט אים! הא?

ר אכ יל. עפשער האָט זיך עס נאָר עמעצן אויסגעוויזן?

מאדאם פּינקוס. עמעצן -- זאָגט איר? אז א גאנצע שטאָט רעדט -- הייסט בא אײַך ;עמעצער". און איר, ראכילעטשקע, שװײַגט, הא? מע זאטשעפּעט די פינקוסעס, אײַערע פינקו- סעס, און איר שװײיגט?..

פינקוס. מײַנע ווערטער. קיין זאך, זאָג איך, ארט מיך ניט. די שטאָט טומלט -- בלאָטע! בייזע צינגער פּלעשטשען -- בלאָטע! נאָר דאָס, זאָג איך, יל איך װויסן: װוּ זײַנען געווען דערבײַ די ווארשאווסקיס? מײַנע ווארשאווסקיס, פרעג איך, וװווּ זײַנען געווען דערביי?

ראכיל. װאָס האָבן דאָ געקאָנט טאָן די ווארשאווסקיס?

פּינקוס. איר ווייסט ניט -- פרעגט מען בא אנדערע.

ראכיל. װאָס זשע פאָרט? איך הייב ניט אָן צו וויסן.

פּינקוס. דאָס װייסט איר ניט. אָבער איך ווייס. (נעמט ארויס פון בזעס-טאש א פאר- מאכטן קאָנווערט.) איר האָט זיך א גוטנפרײַנט, װאָס שרײַבט אין די ביכלעך -- מעכעטייסע, פארװאָס ניט? אײַער גוטנפרײַנט גייט עס ניט אמבעסטן, ער איז נעבעך זייער געענגט -- פאר- װאָס זאָל מען אים ניט העלפן -- מעכעטייסע, פארװאָס ניט?

רא כיל. ווילט איר העלפן שאָלעם-אלייכעמען?

פּינקוס. און אז איך, איז װאָס? װאָס מיינט איר טאקע: געהאנדלט-געוואנדלט --- אָט דאָס איז דער גאנצער פּינקוס? איר קענט מיך ניט. און ער, אײַער גוטערפרייַנט, קען מיך אויך ניט.

26

זאָגט אים, אז ער האָט א טאָעס געהאט אין פּינקוסן. אָבער א גרויסן טאָעס. א טאָעס ארום און ארום. און נאָך זאָלט איר אים זאָגן: א טאָעס דארף מען פאריכטן. אָט אזוי טאקע זאָלט איר אים זאָגן: א טאָעס, פּאני שאָלעם-אלייכעם, דארף מען פאריכטן. ראכיל (רײַסט זיך אוף פון איר אַרט). װאָט הייסט בא אײַך: פאריכטן? פּינקוס. דאָס פרעגט איר -- ער װעט ניט פרעגן. ער וועט פארשטיין אפן װוּנק. איר זײַט זיך נאָר מאטריען און גיט עס אים איבער... (לייגט אוועק דעם קאַנווערט אפן טיש) ראכ יל. שאָלעם-אלייכעם, מיינט איר, װעט בא אײַך נעמען געלט? און איך זאָל עס אים איבערגעבן? איך? ניין, ניין, נעמט עס צו פון מײַנע אויגן. נעמט עס צו... (גיט אים א װאָרף דעם קאָנווערט.) פּינקוס. געזונט זאָלט איר מיר זײַן... איר קענט דאָך גאָרניט פּינקוסן, הייסט עס. פּינקוסן ווארפט מען געלט צוריק? פינקוס, אז ער גיט -- נעמט מען. שאָלעם-אלייכעם, זאָגט איר, װעט ניט 0 -- טאָ נעמט איר... אכיל. איר זײַט געקומען אהער מוטשען מיך?.. מאדאם פּינקוס. װאָס רעדט איר, ראכילעטשקע, װאָס רעדט איר? מוטשען? כאָלילע. וועמען קומט עס אפן זינען? אדעראבע, מיט גוטן, נאָר מיט גוטן, װי א מוטער צו א מוטער וויל איך מיט אײַך ריידן. ראכיל (אויסער זיך). קיין איין מינוט װויל איך מיט אײַך ניט ריידן. אונטער איין דאך וויל איך מיט אײַך ניט שטיין! מאדאם פּינקוס. װאָסי, װאָס רעד איך דען אזוינס? איר האָט א טאָכטער, ראכילעטשקע, איר דארפט כאסענע מאכן א טאָכטער. (שטופט איר דאָס געלט אין האנט.) נאָר איין װאָרט דארפט איר דאָך אים זאָגן... נאָר איין װאָרט... עטעלע (באמערקט, וי בא דער מוטער בייגן זיך אונטער די קני). װאָס איז דיר, מאמע? ראכיל (שפארט זיך אָן אף עטעלעס אקסל, גייט מיט געבראַכענע טריט צו דער דרויסן- טיר, טוט זי ברייט אן עפן. וויל עפעס זאָגן, נאַר די פארכאלעשטע ליפּן באוועגן זיך קוים). גייט!.. מאדאם פּינקוס (שרײַט אױיס). מאָסי:!. עטעלע. װאָס שרײַט איר אזוי? די מאמע שרײַט דאָך אף אײַך ניט. די מאמע זאָגט אײַך נאָר: גייט! (כאזערט איבער דער מוטערס זעזעסט.) פינקוס. קוק נאָר אָן, װי סע האָט געעפנט א מויל! האָט צײַט, מע װעט אײַך פארמאכן דאָס מויל! מע וועט עס פארמאכן! (פינקוס און זײַן ווייב גייען אוועק.) ראכיל (פאלט צו צו עטעלעס אקסל). קינד, מײַן קינדי.. (ביידע גײיען ארויס אין צוייטן צימער), א װײַלע די בינע לײידיק. עס קומען ארײַן פון דרויסן שאָ'לע לײכעם, װוארשאװסק, טשערני, זאָלאָטוש קין. שאָלעם-אלײיכעם גיט דעם נײטיקן צייכן, מײַסע דיריזשאָר. אלע הייבן אָן זינגע. מאָטל!.. שימען! די אָרעמע לײַט זײַנען געקימען שטעלט זיי דעם שענסטן טיש, טײַערע װײַנען, טײַערע פיש, אוי, וויי, טאָכטער, גיב מיך א קיש! די מעזינקע אויסגעגעבף! די מעזינקע אויסגעגעבן! עטעלע (לויפט ארײַן, שרײַט אף צוריק אין דער אַפן געבליבענער טיר). מאמע! געקומען פון פּאָדאָל!

ס'באװײַזט זיך ראכיל. סזעט זיך, אז זי האָט אָקאָרשט געװיינט, נאָר זי שטארקט זיך און שמייכלט צו די געקומענע, װאָס זינגען װײַטער. איציק!.. שפּיציק!.. װאָס שװײַגסטו מיט דעם שמיציק? אף די קלעזמער טו א געשריי: צי שפּילן זיי, צי שלאָפן זיי? רײַסט די סטרונעס, ריײַסט אף צוויי!., די מעזינקע אויסגעגעבן! די מעזינקע אויסגעגעבן.!..

(פאַרהאנג)

27

דריטער אקט

דאָס פינפטע בילד

א שטאָטישער הויף, רעכטס -- אן אײנגאָרנדיקע געבײַדע מיט א גרויסן שילד: 26042קזסמען. אנטקעגן -- אין א צװײגאָרגדיק הויז װױינט דער באלעבאָס פון דער דרוקערײַ, שעפטעלמאן. דער הויף איז ארומגעצאמט, האָט א ברייטן טויער. בייס דער פאָרהאנג הײיבט זיך אוף, הערט זיך פון דער דרוקערײַ א געזאנג פון די ארבעטער. אף דער בינע -- מאָניש און זאָלאָטושקין זאָלאָטושקין (װײַזט א מאַדעל פון אן אײַנבונד). איך האָב אײַך געבראכט א פּראָבע פארן ;יאקנעהאָז". כאפּט נאָר א קוק אף דעם! עפּעס זײַט איר דאָך א זעצער בען זעצער, דארפט איר זײַן א מייוון דערוף. (דרייט די מאַדעל פון אלע זײַטן) טוט א טאפּ דאָס פעלעכל -- סע וְ בעט זיך אין די הענט ארײיַן! און דער קאָליר -- א הימל-קאָליר! און דער ראנד -- א גאָלדענער! און דאָס שנירעלע -- א זײײַדנס! | מאָניש. שאָלעם-אלייכעם האָט עס פארדינט. ער האָט בא אונדז אלץ פארדינט, זאָלאָטוש קין אָט דאָס האָט ער פארדינט -- מע זאָל אים מוטשען? א יאָר צײַט, װי ער בעט זיך בא אײַיך: לאָזט ארויס מײַן ביכל... פון דעם צװײגאָרנדיקן הויז גייט ארויס שע פטע למאן

שעפט על מאן. מאָניש! אהער גיי, מאָניש:! (טײַט אף דער דרוקערײ.) מע זינגט שוין בא דיר װוידער, הא? מע טרינקט מײַן בלוט, און אים זאָל עס אָנהייבן ארן...

זאָלאָטושקין (צושעפטעלמאנען. רעב הענעך!

| שעפטעלמאן (הערט ניט אײַן). הא? װאָס?

ו זאָלאָטושקין (שרײַט איס אפן אױיער). איך בין געקומען פרעגן: ווען װעל איך דערלעבן | זיך בא אײַך א פארטיקן ,, יאקנעהאָז"?

שעפטעלמאן הײַנט. הײַנט.

וְ זאָלאָטוש קין א שיינער הײַנט. ער איז שוין אלט מער וי א יאָר, אָט דער הײַנט אײַע- רער. ווען איך קום ניט, הער איך נאָר ;הײַנט, הײַנט".

| שעפטעלמאן נו נו, מע קאָנטשעט שוין, מע קאָנטשעט.

עס קומען ארויס די נ עגידים.

הי י פוין

וְ פויגלמאן (גײט פאַרױס, לייענט דעס שילד, שרײַט אף צוריק) ייִדן, מיר האָבן זיך ניט װ גענארט: אָט דאָ מוז עס זײַן. (צו שעפטעלמאנען.) דאָ מאכט מען זשארגאָנישע ביכלעך?

שעפטעלמאן הא? װאָס? זשארגאָנישע ביכלעך? בא מיר קאָנט איר האָבן זשארגאָנישע ביכלעך. :

פויגלמאן זײַט איר, הייסט עס, טאקע אליין דער מאכער? נאט זשע אײַך אָפּ שאָלעם. (ווארפט בליקן אף מאָנישן און זאַלאָטושקינען, וויל, זי זאָלן ניט הערן.) האָט איר בא זיך עפעס רעכטע סכוירע?

שעפטעלמאן. פאראן סכוירע, פאראן.

פויגלמאן (הײבט אָן רעדן שטילער). און אזא סכוירע, װוי, לאָמיר זאָגן, ;יאקנעהאָז", איז בא אײַך פאראן?

שעפטעלמאן (הערט ניט, כאזערט וי פריִער). פאראן סכוירע, פאראן.

פויג למאן. איך דארף ניט אײַער סכוירע. איך דארף ,יאקנעהאָז". אזא ביכעלע. ,יאקנע- האָז* הייסט עס. (ווינקט, מאכט מיט די הענט)

פּינקוס (שטופט אים אָפ). װאָס װינקט ער צו אים? יענער איז טויב וי די וואנט, און ער װינקט. לאָזט מיך. (שרײַט ארײַן שעפטעלמאנען אין אויער.) פעטער, איר ווילט זיך זען מיט א קערבל?

שעפטעלמאן. אדעראבע, גיט עפּעס צו פארדינען, גיט.

פּינקוס. איר קאָנט בא מיר שיין פארדינען. אָבער װאָס שיין הייסט. איר קאָנט בֹא מיר ארײַנכאפּן א גראָבס!

שעפטעלמאן אופגעלעבט). אדעראבע, לאָמיר האָרכן, לאָמיר. (פירט זיי ארײַן אין זײַן וווינונג.)

זאָלאָטוש קין װאָס זײַנען דאָס פאר כײַעס? (קוקט זיי נאָך.) אײַער הענעכקע פּאדקעוועט שוין ארום זיי. ער האָט שוין עפּעס דערשמעקט.

28

אעעעע םעטא 1255555

מ אָ ניש. ער איז די גוטע שקורע.

פון דרוקערײַ דערהערט זיך דער ריש פון א דרוקימאשין, װאָס האָט אָנגעהױיבן ארבעטף מאָניש און זאָלאָטושקין הערן זיך אײַן.

זאָ לאָטוש קין איןן א גנוטער שאָ! אין א מאזלדיקער שאָ! פון דרוקערײַ לויפט ארויס אָ ש ער ל.

אָשערל (פאַכעט מיט אן ערשט-אָפּגעדרוקטן בױגן). דער לעצטער בויגף דער לעצטער בויגן! (צו זאָלאָטושקינען.) טאטע! דאָס איז שוין דער לעצטער בויגף! איצט קאָנסטו שוין האָבן א גאנצן ;יאקנעהאָזי!

זאָלאָטוש קין אנו װײַז אהער, װײַז..

אֶָשערל. כ'האָב קיין צײַט ניט. מ'האָט געהייסן װײַזן דעם באלעבאָס. (פארעווינדט אין שעפטעלמאנס וווינונג.)

פון דרוקעריי לויפן ארויס מויש עיע ליע און זא ?למ עי

מוישעיעליע. ;יאקנעהאָז" איז אוועק א גאנג. זאלמ ען נאָך א מין גאנג! איניינעם מיט מאָנישן שטעלן זי אװעק אינמיטן הויף א הויכן קאסטן. פון דרוקערײַ דערלאנגט מען די פארטיקע עקזעמפליארן, זי גייען פון האנט צו האנט און װערן פארפּאקעװעט אינעם קאסטן. די ארבעט טוען אלע און מיט גרויס באגײַסטערונג. ס'הערן זיך אויסרופן: איאקנעהאָזײ גייט א גאנג! ,יאקנעהאָז" גייט א גאנג!".. מאָניש נעמט אן עקזעמפּליאר, גייט מיט אים אין שעפטעלמאנס װוינונג. פון גאס קומען אָן אַלגע ראבינאָװיטש און ט שערני

טשערני (צואַלגען. איר הערט:,יאקנעהאָז" גייט א גאנג!

זאָלאָטושקין(טראָגט זי צו אן עקזעמפליאר). נאָרװאָס האָט עס די מאמע געהאט. װינטשעוועט צו: זאָל עס האָבן לאנגע יאָר!

טשערני. סע װעט האָבן, סע װעט האָבן לאנגע יאָר. (צו אַלגען) איצט זעט איר: ס'איז געווען אומזיסטע שרעק. ניט מער װי אומזיסטע שרעק. (גיט איר דעם עקזעמפליאר.) נעמט עס מיט און פאָרט גלײַך אהיים. זאָגט אים דאָרטן, דעם פּאציִענט מײַנעם, זאָל ער זײַן רויַק: זײַן יאקנעהאָז" איז שוין ארום און ארום פארטיק.

אָלגע. בא אים הייסט עס נאָך ניט פארטיק.

טשערני. װאָס זשע פעלט אים נאָך?

אָלג ע. איך קען אים: ער װעט ניט װערן רויִק, ביז ער װעט ניט זען מיט זײַנע אויגן אלע צוויי טויזנט ביכלעך.

טשערני. נו איז דאָס א פאציענט! נו איז דאָס א שאָלעם-אלייכעם. (אנטשלאָסן) גוט, פאָרט צו אים און זאָגט אים: זאָל ער זיצן אין שטוב. איך בלײַב דאָ. איך אליין װועל אכטונג געבן, ביז עס וועלן ניט זײַן פארטיק אלע צוויי טויזנט שטיק ,יאקנעהאָז".

זאָלאָטוש קין װאָס עפעס איר אליין, דאָקטער? און וווּ בין איך?

אָלגע. א דאנק אײַך, א דאנק. איך װעל עס אים איבערגעבן. איך װעל אים זאָגן: דו ווייסט גאָרניט, װאָס פאר א געטרײַיע פרײַנט דו האָסט. (לאָזט זיך אוועקגיין.)

טשערני און זאָלאָטושקין באגלייטן זי. ס'לויפט אָן אָשערל.

אָשערל (שטארק צעפלאמט). טאטע! איך דארף דיך האָבן!

זאָלאָטוש קין. װעסט צוווארטן.

אָשערל. ווארטן טאָר מען ניט. איך זאָג דיר: אז מ'עט ווארטן, װעלן זיי אויסכאפּן דעם ;יאקנעהאָז". (רוימט אים עפעס אפן אויער.)

אָלגע (צו טשערנין). עפעס האָט זיך שוין געטראָפן מיטן ;יאקנעהאָז". (צו זאָלאָטוששקינען.) װאָס האָט ער אייַך געזאָגט?

זאָלאָטושקין (אין פארלעגנהײַט). וייס איך װאָס.. א ייִנגל בלײַבט א ייַנגל.

אָשערל. איך בין ניט קיין ייַנגל. איך װעל זיי זאָגן. (צו אָלגען.) איר קערט זיך עפּעס אָן מיט שאָלעם-אלייכעמען? לויפט גיכער, זאָגט אים, ער זאָל די מינוט זײַן דאָ.

טשערני. הײַנט קאָן ער ניט. ער איז ניט געזונט.

אָלגע. עפשער װעט אים מאָרגן ווערן בעסער?

אֶשער ל. מאָרגן? איר ווייסט, װאָס זיי (טײַט אף שעפטעלמאנס וווינונג) זאָגן אף מאָרגן? מאָרגן, זאָגן זיי, וועלן די פיש אין דניעפּער האָבן װאָס צו עסן. זיי וועלן עסן , יאקגעהאָז".

29

אָלגע (דערשראַקן). גאָט מײַנער! װאָס הייסט עס?

זאָלאָטושקין יונגאטש! רעד ניט מיט א האלבן מױיל! האָסט אָנגעהױבן רעדן, טאָ רעד!

אָשערל. און טאָמער האָבן זיי גערעדט מיט א האלבן מויל --- איך בין שולדיק? זיי האָבן פריִער געװאָלט, מע זאָל עס הײַנטיקע נאכט פארברענען (טײַט אפן קאסטן, װװוּ מע פאקעוועט די ביכער), האָט אונדזער באלעבאָס געזאָגט, ער וויל ניט, פאר פּײַער האָט ער מוירע. האָט איינער דאָרטן געזאָגט: אז ניט מיט פּײַער, װעט מען עס נעמען מיט וואסער!

אָל ג ע. װאָס הייסט עס?

זאָלאָטושקין א יונגאטש זאָל דיר רעדן נאָר האלבע װערטער!

אֶשערל. און טאָמער האָבן זי גערעדט האלבע װוערטער -- איך בין שולדיק? (דערזעט מאַנישן, װאָס גייט פון שעפטעלמאנס וווינונג.) אָט גייט דער פעטער מאָניש, פרעגט אים -- װעט ער אײַך זאָגן.

מאָניש. גאָרניט זאָג איך ניט. (צו אַשערלען) דײַן אָרט איז דאָרטן, בא דער ארבעט. (אַשערל גייט צום קאסטן, העלפט פּאקעווען.) איר, זאָלאָטושקין, װעט זיך מאטריעך זײַן אכטונג געבן דאָ. און מיר װועלן זיך אָפּרוקן װײַטער פונדאנען. בא מיר אין שטוב װועלן מיר ריידן. (פירט ארויס אָלגען און טשערנין דורכן טויער אין גאס.)

זאָלאָטושקין (צו זיך אליין). אײַ, ביטער!. אײַ, ביטער!.

פון שעפטעלמאנס װוינונג באװײַזט זיך פיננ קוס, שפּאנט ברייטלעך, מײַסע באלעבאָס. ארום אים -- שעפטעלמאן

שעפטעלמאן איר מעגט שוין זײַן ספּאָקױנע מעגט איר זײַן. ביז נאכט װעט מען פאר- טיק ווערן ביז נאכט.

פּינקוס. סטארע זיך, שעפטעלמאן, סטארע זיך. (טײַט אף זאַלאָטוע:קינען) װאָס דרייט זיך דאָ ארום דער?

ש ע פט על מ אן. זאָלאָטושקין, קאָנסט גיין אהיים קאָנסטו.

מוישע-עליע. װאָס ארט אײַך, אז ער שטייט דאָ?

זאלמ ען. ס'איז זיי ענג געװאָרן. זי קאָנען ניט לײַדן, אז נאָך א מענטש שטייט אונטער גאָטס הימל.

פּינקוס (אף שעפטעלמאנען). ער איז גערעכט. א באלעבאָס האָט פײַנט, אז בא אים אין שטוב דרייען זיך איבעריקע מענטשן.

אֶשערל אף זאַלאַטושקינען). ער איז דאָ ניט קיין איבעריקער. ער איז מײַן טאטע. װער זײַט איר?

שעפטעלמאן נארעלע. זי זײַנען אונדזער אלעמענס טאטע. זי זײַנען פּינקוס זײַנען זיי. גיי, זאָלאָטושקין, גיי אהיים.

זאָלאָטושקין און װאָס װעט זײַן מיטן איינבונד? איר האָט דאָך געזאָגט: װי נאָר דער ;יאקנעהאָז" דרוקט זיך אָפּ, איז ער מײַנער!

פּינקוס. איאקנעהאָז" איז מײַנער! איך האָב אים אָפּגעקויפט, און ער איז מײַנער!

זאָלאָטושקין געקויפט איז געקויפט. װאָס זשע דארף מען שרײַען? אונדז האָט איר דאָך ניט אָפּגעקויפט.

פּינקוס. איך דארף אײַך ניט. און אײײַער זון דארף איך אויך ניט. איר מעגט אים מיט- נעמען. מע װעט זיך ספּראווען אָן אים. (באמערקט, אז זאַלאָטושקין האלט אין די הענט אן עקזעמ- פּליאר ,יאקנעהאָז".) דאָס לייג אוועק! דאָס איז ניט דײַנס!

זאָלאָטושקין מע האָט מיר געגעבן.

פּינקוס (צו שעפטעלמאנען). װער האָט געגעבן? קיינער זאָל ניט סמייען אָן מיר געבף גיאקנעהאָז" איז מײַנער!

זאָלאָטושקין (דערלאנגט דאָס בוך). איר מיינט, די וועלט װועט גלייבן, אז ס'איז אײַערס? די וועלט ווייסט: שאָלעם-אלייכעם האָט עס געשריבן. דעם מארך און די נעשאָמע האָט ער אין דעם אריינגעלייגט.

פּינקוס. איך האָב אין דעם ארייַנגעלייגט געלט.

זאָלאָטושקין שאָלעם-אלייכעם האָט בא אײַך גענומען געלט?

פּינקוס. האָט דער (טײַט אף שעפטעלמאנען) גענומען -- װאָס איז די נאפקעמינע. מײַן געלט -- איז עס מײַן ;יאקנעהאָז". (לאָזט זיך גיין צוריק אין שעפטעלמאנס וווינונג. דערזעט

מאָנישן, װאָס גייט ארײַן אין הויף.) װידער מענטשן? װאָס טויטשען זיך דאָ מענטשן? איך וויל דאָ ניט לײַדן קיין מענטשן.

25 0

שצפטעלמאן װוּ זעט איר דאָ מענטשן װוּ? ניטאָ דאָ קיין מענטשן ניטאָ, ס'איז מאָניש, ס'איז מײַן מאָניש איז עס... (פארשווינדט נויט פינקוסן.)

זאָלאָטושקין (צו מוישע-עליען. געהערט, הא? און די װעלט שװײַגט. מוישע-עליע, די וועלט שװיַיגט?

מוישע-ע ליע. פונוואנען זאָל זי וויסן, די וועלט?

זא למען נו, און אז זי װעט שוין וויסן? אָט באלד לויפט זי, אָט באלד נעמט זי זיך אָן פאר שאָלעם-אלייכעמען...

מאָניש. און אז דו אליין זאָלסט זיך אָנעמען פאר שאָלעם-אלייכעמען, -- דאָס טראָגט דיר דער סייכל ניט. (גיט אים לײַכט א פאטש איבערן שטערן) א גראָשן צו א גראָשן -- און מע קויפט אויס צוריק דעם ‏ יאקנעהאָז".

מוישעיעליע. איר זאָגט דאָס אף אן עמעס?

זאָלאָטוש קין אײַ גוט, אײַ גוט, איר ווייסט גאָר ניט, װאָס פאר א געדאנק דאָס איז!

מאָניש. ערשט צעקײַט. מע טוט שוין. עפעס טוט מען שוין דערינען.

זאָלאָטוש קין זאָגט, װאָס טוט מען? מוטשעט ניט, זאָגט.

מאָניש. מע װעט זאָגן. גייט אהין, בא מיר אין שטוב װעט מען זאָגן. (צו מוישע-עליען און זאלמענען.) איר גייט אויך אהין.

אֶשערל (דראַענדיק, צו שעפטעלמאנס וווינונג). ווארט, הענעכקע, ווארט!..

זאָלאָטושקין יונגאטש:. װווײַזט אַן אף די נעגידים, װואָס גייען ארויס פון שעפטעלמאנס װױינונג. די ארבעטער גייען האסטיק ארויס פון הויף. מאָניש גייט ארײַן אין דרוקערײי.)

טויגלמאן נו, מעכוטן, איצט האָט איר שוין געלייענט דעם שיינעם ,יאקנעהאָז" -- װאָס וועט איר זאָגן איצט?

פויגלמאן טפו זאָל ער װערף נא דיר א שאָלעם-אלייכעם מיט א איאקנעהאָז".

שלײיפער. אזא קאפצן, אזא גאָרניט, אזא ניקס-שעבעניקס -- און זאָל מאכן כויזעק פון דער גאנצער וועלט!

פוינלמאן איך זאָג אײַך, ייִדן: מיר דארפן בענטשן גוימל, װאָס מיר וערן פּאָטער פון אזא פעקל. (טײַט אפן קאסטן מיט ביכער.)

טויגלמאן דער מעכוטן זײַנען גערעכט: מיר דארפן דאנקען דעם מאָסיע פּינקוס, װאָס ער האָט זיך געלאָזט קאָסטן געלט

ש לײ פ ע ר. לאנג לעבן זאָל טאקע אונדזער מאָסיע פינקוס, װאָס ער האָט עס גענומען אין זײַנע הענט...

שעפטעלמאן זײ, אז זי נעמען אין די הענט, זיי... כעדכע-כע...

פינקוס. װי דען האָט איר געװאָלט? מיט גוטן? ברעכן דאָס היטל פאר אזא שאָלעם-אליי- כעמען? בוקן זיך ביזן גארטל פאר אזא הולטײַ, א מעשומעד?

שעפטעלמאן א מעשומעד, אײַ, אײַ, איי..

פּ 5 געדענק זשע, שעפטעלמאן. מיר האָבן מיט דיר א קאָנטראקט. צעשריבן זיך -- איז פארפאלן. (דערלאנגט אים דעם קאַנטראקט) קוק ארײַן אהער און וייס, װאָס דו האָסט צו טאָן.

שעפטעלמאן מע ווייסט, פארװאָס זאָל מען ניט װיסן פארװאָס?

פּינקוס. קיין ציִעניש האָב איך ניט ליב. די נאכט איז דײַן נאכט -- און צום טאָג זאָל מיר ניט בלײַבן קיין זוואניע פון קיין (יאקנעהאָז" אף דער וועלט,

שעפט על מ אן. קיין זוואניע, אוואדע קיין זוואניע...

פּינקוס. און מאָרגן באטאָג זאָלסטו קומען אין מײַן קאָנטאָר --- װעט מען זיך צערעכענען. פּינקוס האָט פײַנט, מע זאָל אים גלייבן אפן װאָרט. פּינקוס צאָלט מעזומענס... (גייט אוועק.)

די נעגידים נאָך אים. שעפטעלמאן בלײַבט אליין אף דער בינע.

שעפטעלמאן (קוקט אין דעם קאָנטראקט, האָט ששטארק האנאָע). פּינקוס צאָלט מעזו- מענס... פּינקוס צאָלט מעזומענס...

דאָס זעקסטע בילד

דאָס זעלבע אָרט. דעם זעלבן אָװנט. אין דער דרוקערײי איז פינצטער. אינמיטן הויף צייכנט זיך

דער גרויסער קאסטן, װוּ מע האָט פארפּאקעװעט דעם ,יאקנעהאָז". דער קאסטן איז שוין פאר-

װויקלט אין א ברעזענט, פארבונדן מיט שטריק. אף דער באנק, ניט װײַט פון טױער, זיצט דער אלטער הויף-וועכטער א נ טאָן. ארום אים -- אָשערל.

א נ ט אָן. נו, און װאָס איז געווען װײַטער?

21

אָש ע ר ל. װײַטער -- אויך אזוי: מע מוטשעט אים -- און ער לאכט. מע מוטשעט אים -- און ער לאכט.

אנטאָן אזוינס האָב איך ניט געזען אף מײַן לעבן. 082104 זססקא 1001 טסס. ניט געזען אזא מענטשן. אזא לאכנדיקער?

אָשע ר ל. נו יאָ -- א לאכנדיקער.

א נ טאָן. און דו האָסט אים אליין געזען?

אָשע רל. מײַן טאטע האָט אים געזען.

אנטאָן נו?

אָש ערל. דער טאטע דערציילט. קומסט אריין צו אים אין שטוב, צו אָט דעם שאָלעם- אלייכעמען, הייסט ער לאכן, אלעמען הייסט ער לאכן. לאכן איז געזונט, זאָגט ער.

אנטאָן דאָס האָב איך אויך געהערט. אלטע לײַט זאָגן, זיי האָבן אליין געזען: פון לאכן ווערט מען געזונט. (שטייט אוף פון דער, באנק) נו א מייסעלע האָסטו מיר דערציילט! (נעמט דעם קלאפער אין די הענט) און ווען װועסטו גיין אהיים? די נאכט שטייט ניט. דער באלעבאָס וועט קומען, וועט ער שרייען אף דיר.

אָשערל. כײַ װאָלט ער שוין געקומען. דאָרטן (טײַט אף יענער זײַט טויער) זיצן מענטשן און ווארטן אף אים...

אנטאָן גייט אום איבערן הויף, קלאפט מיטן קלאפּער. פון דער גאס קומט אָן מויש ע"ע ליעי

מוישע-עליע. געקומען געקומעף

אָשערל. װער געקומען? װאָס געקומען? זעסט דאָך! איך זיץ דאָ און קוק ארויס אף אים,

מוישע"ע ליע. ניט אים מיין איך. שאָלעם-אלייכעם איז געקומען.

אָשערל. וועמען ווילסטו נארן? שאָלעם-אלייכעם, ווייס איך, ליגט אפן קראנקן בעט.

מוישע-עליע. נו, ווייסטו, נו, איז װאָס? אראָפּ פונעם קראנקן בעט און געקומען ראטעווען דעם ,יאקנעהאָז"... קום, וועסטו זען: בא מאָנישן אין שטוב זיצט ער.

אָשער ל. קום!..

-דוידט *

ביידע גייען ארויס. אף דער בינע נאָר איין אנטאָן. גייט אום, קלאפּט. ס'באװײַזט זיךך ש עפ טעלי מאן, מיט אים -- די צװײי בינדיוזשניקעס: לײ ביש און שא כנעי

שעפטעלמאן פירט זײ צום קאסטן. אָט דאָ האָט איר עס, אָט דאָ. נעמט עס און פירט עס אוועק פונדאנען פירט עס. לײביש (באטראכט דעס קאסטן, טאפט אים). אײַ, זײַט איר, קיין אײינהאָרע, א גיכער, רעב הענעך! אָט אזוי נעמט מען און מע פירט. נאש בראט מוז פריער א טאפּ טאָן אינװייניק. װאָס האָט עס אין די געדערים --- מוז מען וויסן. אנטאָן הייבט אָן צוגיין אלץ געענטער, הערט זיך אײַן.

שעפטעלמאן. גאָרניט דארף מען ניט וויסן גאָרניט. פארבראקעוועט א ביסל סכוירע פארבראקעוועט. ווארפט עס ארויס אין דניעפּער ווארפט עס ארויס. לײביש. וויבאלד סכוירע -- פארװאָס זשע דארף מען עס ווארפן אין דניעפּער? װאָס איז דער סייכל? הא, וי זאָגסטו, שאכנע? שאכ נע. איך פרעג אויך: װאָס איז דער סייכל? שעפטעלמאן. באלעגאָלישער סייכל... כע-כע-כע... איר ווילט מיסטאמע א נאבאווקעלע ווילט איר. מיילע, איך װעל זיך מיט אײַך ניט שפּארן הײַנט װעל איך ניט. איך האָב הײַנט קיין צײַט ניט האָב איך ניט. שאכנע. דו הערסט, לייביש. מע האָט דאָ שטארק קיין צײַט ניט. װײַזט אויס, א טרייף שטיקל סכוירע. מע האָט מוירע פאר א גוט-אויג. שעפטעלמאן. װער האָט עס מוירע װער? סע איז מײַן סכוירע איז עס. סע ליגט בא מיר אין געשעפט ליגט עס. ניט מער סע מוליעט מיר דאָס אויג מוליעט עס. לײביש. און אונדז מוליעט עס אין דער קעשענע, רעב הענעך, מיר ווילן פארדינען. שעפטעלמאן. נו, נו, איר װעט אימירצעשעם פארדינען װועט איר. גייט גיכער, שפּאנט די פערד, גייט... און צום טאָג זאָל עס דאָ שוין ניט זײַן צום טאָג... באגלייט זיי צום טויער, פונוואנען עס טוט פּלוצעם א פא? א שטארקע שײַן, װאָס מע טראָגט אנטקעגן, אין טויער קומט ארײַן א היפּש בינט?ל מענטשן,. מוישע-עליע און אָשע רל טראָגן צװויי ברענענדיקע העלצער. אין דער שפיץ פון דער מאכנע גייט שאָל ע ם-א ל יי כ ע ,

2--99 32

אאטסההההאטסטאסטטאטטאטטאהאטטאהאטופטעטעטטעטטטטטטט טטעטטט עקעט גטטטוטותוטטוטוווהווויטאאאי אט

שעפטעלמאן (שרײַט). װער גייט עס דאָרטן מיט פּײַער װער? איר ווילט מיך קוילען ווילט איר? איר װוילט מיר פארברענען מײַן שטוב װוילט איר? הולטײַעס, ייִמאכשמויניקעס, גע- הארגעט זאָלט איר װערױי

שאָלעםיאלײכעם װעט אױס קראנק, דער האלדז ארומגעבונדן, שפארט זיך אָן אף טשערנין און ווארשאווסקין, װאָס גייען פון ביידע זײַטן). װועמען בענטשט איר עס אזוי, רעב הענעך? (שעפטעלמאן קוקט אים אָן א געפלעפטער.) װאָס קוקט איר מיך אָן? מע האָט אײַך עפשער געזאָגט, אז שאָלעם-אלייכעם איז שוין געשטאָרבן? זאָלט איר ניט גלייבן. שאָלעם-אלייכעם איז מער אף דער-וועלט וי אף יענער-וועלט.

שעפטעלמאן (קאַן נאָך אלץ ניט קומען צו-זיך). איר?.. דאָ?.. צוװישן ייִדישע קינדער?.

שאָלעם-אלײכעם. װאָס איך הער: איך טאָר שוין ניט קומען צווישן ייִדישע קינדער? מיט װאָס זשע האָב איך זיך אזוי פארזינדיקט?

שעפטעלמאן מיט װאָס? איך װעל אײַך זאָגן מיט װאָס. מע זאָגט בא אונדז... מע זאָגט אף אייַך... מע האָט אף אײַך אויסגעטראכט...

שאָלעם-אלײכעם. לאָמיר שוין הערן: װאָס האָט מען אויסגעטראכט?

שעפטעלמאן. אז איר... אז איר זײַט... אז איר האָט... אז איר האָט זיך איבערגעקערט.

שאָלעם-א לײכ עם. איבערגעקערט? איך? װיָאזוי? װאָס הייסט: איבערגעקערט?

שעפ טע למ אן. איבערגעקערט הייסט: איר זײַט שוין ניט קיין אונדזעריקער... איר זײַט א מעשומעד זײַט איר...

ואר שאװס קי. ס'איז פּינקוסעס ארבעט! איך דערקען דאָ פּינקוסעס א שטיקל ארבעט!

זאָלאָטוש קין װאָס זײי טראכטן אויס:! װאָס די נעגידים טראכטן דיר אויס!

שאָלעם-אלײכעם. װער זאָגט עס, אז זיי טראכטן אויס? גאָרניט האָבן זיי ניט אויסגע- טראכט. עמעס, ריינער עמעס. איך האָב טאָמיד געװוּסט, אז פאר די יעהופּעצער נעגידים דארף שאָלעם-אלייכעם זײַן א מעשומעד אין דער מישפּאָכע. זיי פארשטייען אן אייסעק, זיי ווייסן: אָט איז מײַן מישפּאָכע, אָט, אָט... (טײַט אף די מענטשן, װאָס שטייען ארוס אים. זעצט זיך אוועק אן אויסגעשעפטער אף דער באנק. דאַקטער טשערני האלט אים אָפּ, לאָזט אים װײַטער ניט ריידן)

שעפטעלמאן (מיט א שולדיקער מינע). גי ווייס, אז פּינקוס װועט טאָן אזא זאך פּינקוס.

ואר ש א װו ס ק י. און איר װאָס האָט געטאָן? הינטער די אויגן פארקויפט שאָלעם-אלייכע- מען, פארקויפט זײַן בוך.

שעפטע למ אן. פארװאָס עפּעס הינטער די אויגן פארװאָס? ס'איז אן אָפענע זאך איז עס. איך האָב א קאָנטראקט האָב איך. (פאָכט מיטן קאָנטראקט.)

ווא ר ש א וו ס ק י. איר האָט א קאָנטראקט, זאָגט איר? (נעמט דעם קאַנטראקט, לויפט אפגיך דורך מיט די אויגן איבערן פאפיר, צערײַסט עס.)

שעפטעלמאן סאיז א קאזיאָנע פאפּיר איז עס. װאָס רײַסט איר װאָס? איר קאָנט מיר אומקערן מײַן געלט קאָנט איר מיר?

וו אר שא וו ס ק י. איך איינער -- ניט. אָבער איך בין ניט איינער --- שאָלעם-אלייכעם האָט א סאך פריינט.

מאָניש (דערלאנגט דאָס געלט). נאט אײַך, א גראָשן צו א גראָשן און צונויפגעשלאָגן אײַך אײַער געלט.

שעפטעלמאן האָט מוירע נעמען דאָס געלט.

זאָלאָטוש קין נעמט, אבי לאָזט אונדז ארויס אונדזער ,יאקנעהאָז" א לעבעדיקן.

שעפטעלמאן א לעבעדיקן.. כע-כע-כע... עמעצער האָט אים געװאָלט טאָן שלעכטס עמעצער...

לײביש (שטופט זיך דורך צווישן אוילעם). האָט אים אין דר'ערד! גלייבט אים ניט.

שאכנע (שטופט זיך אויך דורך). לאָזט אונדז, ועלן מיר אײַך זאָגן..

לײיבי ש. אין טײַך, האָט ער געהייסן, זאָלן מיר עס דערטרינקען!

ש אכ נ ע. אין דניעפּער האָט ער געזאָגט זאָל עס פוילף

שעפטעל מאן. נו, נו, װער װעט אײַך גלייבן װער? בינדיוזשניקעס, פּיאניצעס...

אנטאָן (טרעט ארויס אף דער מיט. עזטעלט זיך קעגן שעפטעלמאנען). איך בין בא דיר אויך א פּיאניצע, הא? מיר דארף מען אויך ניט גלייבן, הא? מענטשן טײַערע, איך אליין האָב געהערט, װי ער האָט עס געזאָגט. אין דניעפּער זאָל מען עס ווארפן -- האָט ער געזאָגט. 0887 זססקא 1061 טס00, אז דו האָסט עס געזאָגט.

שט ימ ען. גנאטעווען דארף מען פאר אזא זאך!

--- אין קייטן אים נעמען!

28

-- אין אײַזערנע קייטן. טשערני זעט, וי שאַלעס-אלייכעס רײַסט זיך עפעס זאָגן). רעדן טאָרט איר ניט. רעדן װעל איך אײַך ניט לאָזן. שאָלעם-א לײכ עם. נאָר צוויי ווערטער... זאָלאָטושקין. שאט, אוילעם, שאט.. מע יל אונדז עפּעס זאָגן. שאָלעם-אלײכעם (שטעלט זיך אוף, שמייכלט). ברידערלעך, איר האָט זיך פארנומען מיט רעב הענעכן און האָט דערװײַל פארגעסן, אז ס'איז דאָ אף דער וועלט א רעב יאקנעהאָז. קוקט אָן; ער שטייט נאָך אלץ א פארקאָוועטער... װי האָט מען עס א הארץ דאָס צו זען? נעמט אראָפּ די קייטן פון מײַן ,יאקנעהאָז"... זאָלאָטושקין אָט באלד טאקע לויף איך, אָט באלד. (לויפט צום קאסטן אנדערע העלפן אים, מע ווארפט אראָפּ דעםס ברעזענט, מע רײַסט אראָפּ די שטריק.) שאָלעם-אלײכעם. און איר, ברידער (צו דעס איבעריקן אוילעם), גייט ניט אוועק פונ- דאנען. איך וויל, איר זאָלט מיר אָנטאָן דעם גרויסן קאָװעד, זאָל יעדער פון אײַך נעמען בא מיר פון די הענט א ביכל ,יאקנעהאָז". שטימען דאָס איז פאר אונדז א גרויסער קאָװעד! -- פאר אונדז! --- פאר אונדז!.. זאָלאָטושקין הייבט אָן דערלאנגען פונעם קאסטן עקזעמפליארן. שאָלעם-אלייכעם טײלט זײ צװישן אוילעם.

זאָלאָטושקין (שרײַט פונעס קאסטן אראַפ) ;יאקנעהאָז" גייט א גאנג! שטימען קיאקנעהאָזי גייט א גאנג! -- ,;יאקנעהאָז" גייט א גאנג!..

(פאָרהאנג)

דאָס זיבעטע בילד

בא שאָלעם-אלייכעמען אין דער שטאָטישער װוינונג. דער צימער איז צעטיילט מיט א פאָרהאנג, פון איין זײַט פּאָרהאנג -- שאָלעם-אלייכעמס ארבעט-צימער. פון דער צװײיטער זײַט -- א גצ וויינלעכער פאמיליען-צימער. שאָלעם:אלייכעמס ארבעט-צימער איז פארטונקלט. ער װערט באלויכטן ערשט דעמלט, װען שאָי לעם אלייכעם קומט צו גיין. אין צימער -- צװײי פּאָרטרעטן: מענדעלע און שטשעדרין. אף דער ואנט -- א פּאָר בלומעךרקרענץ. אין א װינקל, הינטערן פאָרהאנג -- א גרויסער שראנק, געפּאקט מיט ביכער. אין דער צװייטער האלב צימער גרייט מען זיך צום באנקעט. אינמיטן צימער -- א לאנגער טיש. ארום אים -- זאָלאָטושקין און אָ שערל. זײ רוקן דעם טיש, זוכן פאר אים א פאסיק אָרט. ?עם דער דרויסן-טיר שטייט מ אָ ניש אָנגעטאָן יאַמטעװדיק, האלט א װײַסן טיש-סערװעט; לעבן אים -- סאָרע מיט דער טאָכטער בא ס ק ען. מאָניש רײַסט זיך אװעקצוגין, די יידענע לאָזט ניט, זאָלאָטושקין (צו אָשערלען. יונגאטש, דו זעסט ניט, אז דער טיש דארף שטיין דאָ? אָשער ל. און דו זעסט ניט, אז דער טיש דארף שטיין דאָ? אָט פרעג באם פעטער מאָנישן -- וועסטו הערן. זאָלאָטושקין (רופט). מאָניש! מאָניש (צו דער ייִדענע). מע רופט מיך. איך האָב קיין צײַט ניט. (גייט אוועק צום טיש. שפרייט דאָרט דעם סערוועט, שטעלט אוועק דעם וויַן) סאָ רע (הייבט אָן צוגיין נעענטער צום טיש). בראָש האָבן זיי דאָ אלע קיין צײַט ניט! דער דניעפּער ברענט! (קוקט זיך ארום.) קיין אײַנהאָרע א שטוב... מיט מעשאָרסים, מיט ליאָקײעס..

באס קע (טײַט אף זאָלאָטושקינען, װאָס גייט פונעם טיש צו דער קיך-טיר). מאמע, אָט דער וועט אונדז עפשער זאָגן.

סאָר ע (צו זאָלאָטועזקינען). פּאני ליאָקײ

זאָלאָטושקין (איבעראשט). װאָדאָדסט (גייט האסטיק אוועק)

סאָרע. קוק נאָר אָן, װי מע איז גרויס בא זיך! אז מע איז א ליאָקײ בא יענעם, דארף מען זײַן אזוי גרויס בא זיך... (דערזעט טשערנין. ער גייט דעם פידזשאק אויסגעטאָן, די ארבל פאר- קאשערט, טראָגט א טאץ מיט געבעקס.) פעטער, איר האָט אויך קיין צײַט ניט?

טשערני. װאָס האָט איר באדארפט?

24

ס אָ ר ע. װאָס איך דארף -- װעט מיר קיין מענטש ניט געבן, אפילע אײַער באלעבאָס אויך ניט.

טשערני (פארציקאוועט). און ווער איז מײַן באלעבאָס?

ס אָ ר ע. איר מיינט טאקע, אז אין אונדזער גראד ווייסט מען שוין גאָרניט ניט? מע ווייסט, מע ווייסט, אז ס'איז דאָ א שאָלעם-אלייכעם אף דער וועלט. איך טײַנע צו דער טאָכטער, שוין וויפל צײַט טײַנע איך: קום, זאָג איך, לאָמיר גיין צו שאָלעם-אלייכעמען. די גאנצע וועלט, זאָג איך, טראָגט אָפּ דאָס ביסל צאָרעס צו שאָלעם-אלייכעמען. הײַנט װאָס בין איך, זאָג איך, ערגער פון דער גאנצער וועלט? (עס קומען ארײַן בראַניע און אָלגע, טראַגן א גרויסן קרוג מיט בלומען, שטעלן אוועק אפן טיש. אָלגע הייבט אָן זיך צוהערן צו דער ייִדענעס רייד.) גיי ריכט זיך, אז בא שאָלעם-אלייכעמען אין שטוב װעט זײַן א סטרי, אז וו מע גיט זיך ניט א ריר, שפּרינגט דיר ארויס אקעגן א ליאָקיי און לאָזט ניט ארײַן!

אָל ג ע. אונדזער שטוב איז אן אָפּענע שטוב. קומט ארײַן.

ס אָ ר ע. דאָס זײַט איר טאקע די שאָלעם-אלייכעמקע אליין? װאָס זשע שװײַגט איר זיי, אָט די דארמאַיעדניקעס, די ליאָקייעס אײַערע? (טײַט אף טשערנין)

אָלג ע. װאָס רעדט איר אזוינס? דאָקטער טשערני איז אונדזער בעסטער פרײַנט. (טײַט אף די איבעריקע.) דאָס זײַנען אלץ אונדזערע בעסטע פרײַנט.

בא ס ק ע. מאמע, ס'איז א דאָקטער!

עס קומט ארײַן ואר שאװס קי, טראָגט אין יעדער האנט צו א גראפין װײַן

ס אָ ר ע. און װוּ ביסטו געווען פריִַער? זינט איך לעב, זינט איך שטיי אף מײַנע פיס! א דאָקטער -- און לויפט ארום מיט א טאץ? װוּהין זײַנען מיר עס פארגאנגען, טאָכטער? װאָס איז דאָס פאר א פארשטעלעניש אזא מין?

ווא ר ש א וו ס ק י. קיין שום פארשטעלעניש, מײַן ליבע ייִדענע. מיך קענט איר דאָך, מעגט איר מיר גלייבן; קיין שום פארשטעלעניש, קיין שום נארערײַ. א סימכע איז בא אונדז הײַנט, א גרויסע סימכע, און װועדליק איך ווייס, זײַט איר אויך א מעכוטענעסטע אף דער סימכע. װוי זאָגט איר: די ייִדענע פון סלאָבאָדקע איז בא אונדז א מעכוטענעסטע, הא?

ש טימ ען. א מעכוטענעסטע! א מעכוטענעסטע!

ס אָ ר ע. איר האָט געפונען פון וועמען כויזעק צו מאכףן! גאָט װעט אײַך באצאָלן דערפאר.

שטימען. א מעכוטענעסטע! א מעכוטענעסטע:!.

מץ טוט א כאפּ אונטער די הענט די שטוינענדיקע ייִדענע מיט איר טאָכטער און מע פירט זײײ

אװעק אין זײַטיקן צימער. ס'בלײַבט בלויזן ב ראָניע. זי נעמט פונעם גרויסן קרוג בלומען,

שטעלט זײי אויס איבערן גאנצן טיש, מאכט העלער די שײַן, דער צימער הײבט אָן אויסזען

יאָמטעװדיק. עס קומט ארײַן רא כיל. טראָגט א גירליאנדע גרינס, איבערגעפלאָכטן מיט לעבעדיקע בלומען.

ראכיל. דו ביסט גאָר דאָ? און איך זוך דיך. העלף מיר, טאָכטער.

ביידע פעסטיקן זיי צו אף דער וואנט איבער דעם פאָטערשטול, װאָס שטייט אױיבנאָן, די גירליאנדע גרינס. עס קומט ארײַן ע טע לע, טראָגט אַ טאץ מיט קלינגענדיקע בעכערלעך.

עטעלע (קוקט מיט פארגאפטע בליקן אף דער באצירטער וואנט). אוי, װעט דאָס זײַן א שיינס! דאָ װעט זיצן שאָלעם-אלייכעם! אָט דאָס הייסט א יוביליי. אלע װועלן ריידן, און שאָלעם- אלייכעם וועט זיצן און הערן.

סיקומט ארײַן ט ש ע ר ג י, טראָגט א פאק מיט ביכער.

טשערני אנו, עטעלע, אהין (טײַט אף דער קיך-טיר) צו דער ארבעט! (צו בראָניען) און פאר אײַך איז אויך דאָ אן ארבעט. א האנט, זאָגט מען, האָט איר א גרינגע, א קסאוו האָט איר א שיינעם. זעצט זיך אוועק און שרײַבט ארוף אף יעדן בוך (דערלאנגט איר אן עקזעמפליאר) אָט וי דאָ שטייט --- װאָרט בא װאָרט.

עטעלע (נעמט אן עקזעמפליאר, לייענט). צום אָנדערהאלבניאָריקן יוביליי פון שאָלעם-אליי- כעמס ;יאקנעהאָז" -- א מאטאָנע. (צו טשערנין.) אָנדערהאלבן יאָר איז דען א יוביליי?

טשערני (צו ראכילן). גי דערצייל איר! אָנדערהאלבן יאָר האָט דאָ אין שטוב געקאָכט און געזאָטן: ;יאקנעהאָז" דרוקט זיך! ;יאקנעהאָז" דרוקט זיך ניט! ,יאקנעהאָז* װויל מען דערטריג- קען! גיאקנעהאָז" װויל מען פארברענען! און אָט איז ער דאָ! (טײַט אף דעס שראנק.) געראטעוועט...

ראכיל. אוואדע א סימכע! א גרויסע סימכע!

39

ט שלּ ר ני. װוּ נעמט מען נאָר דעם באלסימכע אליין? דער אוילעם שרײַט: װווּ איז שאָלעם- אלייכעם? און ער איז ניטאָ. (צו ראכילן.) קומט, לאָמיר זי כאָטש איינשטילן א ביסל, טשערני, ראכיל און עט עלע גײען אװעק. ב ר אַניע בלײַבט אליין, זעצט זיך אװעק און שרײַבט. עס באװײַוט זיך שאַלעםאלײכעם. ער גײט ארײַן דורך א באזונדערן ארײַנגאנג אין זײַן ארבעט:צימער. מיט אים קומט שא ליטא. ער זצט אס שטארק אָפגעצערט. טראָגט א טשעמאָדאן.

שאָלעם-אלײכעם (צינדט אָן די שײַן, קערעוועט זיך אויס צו שאליטאן, װאָס איז גע- בליבן בא דער עװוועל). נו? וויאזוי װועט איר באפוילן: איך זאָל אײַך שטארק בעטן, צי אזוי בעטן? (כעמטיענעם פאר דער האנט, פירט אים ארײַן אין צימער.)

שא ליטא. איך ווייס דאָך: איר וווינט אליין אין גרויס ענגשאפט.

שאָלעם-אלײכעם. אן אקציע, זאָג איך אײַך, מיט אָט דעם מענטשן. ערשט פון קאזע- מאט ארויס און טײַנעט -- ס'איז אים דאָ ענג. וויבאלד איך האָב דער ערשטער הײַנט באגעגנט אײַך -- זײַט איר מײַנער! איר מוזט אײַנשטײן בא מיר. (דערזעט, אז שאליטא וואקלט זיך נאָך אלץ) איך זאָג אײַך מיט גוטן ווארפט אװעק די שעמעניש! אניט רוף איך באלד ארײַן מײַנע קינדער -- זיי װעלן זיך א נעם טאָן צו אײַך. (נעמט פון זיינע הענט דאָס רענצעלע)

שא ליטא. איר רעכנט, אז זיי האָבן מיך נאָך ניט פארגעסן?

שאָלעם-אלײכעם. אָט אזוי נעמט מען און מע פארגעסט אונדזער רעב נאָכעמטשען? באשער מע האָט אים אויסגעכאפּט בא אונדז און אָפּגעהאלטן אונטער די גראטעס א קײַלעכיק יאָר?

שא ליטא. א קײַלעכיק יאָר.

בראָניץ הייבט אָן זיך אײַנהערן, הייבט זיך אוף, גייט אלץ נעענטער צום פאָרהאנג.

שאָלעם-אלײכעם. איר מעגט אונדז גלייבן: אונדז איז דאָ גענוג ארויסגעפאלן די נע- שאָמע. א קאשע אף א מײַסע: מענטשן זאָגן, אז פון אָט די קאזעמאטן גייט מען אמאָל ארויס מיט איין קאָפּ נידעריקער!

שא ליטא. עס טרעפט אזוי אויך.

שאָלעם-אלײכ עם. איז דאָך הײַנטיקער טאָג בא אונדז טאקע א געשענקטער. מעג מען דאָך הוליען. (ענדערט דעס טאָן.) און מאָרגן? טאָמער קומען מאָרגן דעם קייסערס לײַט, מע קלאפּט אָן אין טיר און מע בעט בימכילע ווידער אהין?

שאליטא (שמייכלט). געװענדט, װי מע װעט בעטן.

שאָלעם-א לײ ככע ם. און אז דעם קייסערס לײַט װעלן שטארק בעטן, אז זיי װעלן אפילע שלעפּן מיט גוואלד, איז אויך ניט קיין גוואלד --- מע װעט זיך ניט איבערשרעקן, הא? כעוורע האָט זיך אײַנגעשפּארט! כעוורע האלט זיך שטאָל און אײַז? היציקע מויכעס! ווארעם בלוט! קומט זשע, קומט, לאָמיך אײַך כאָטש באװוייזן פאר מיַינע געסטי.. (טוט אן עפן דעם פאָרהאנג, שטויסט זיך אַן אף בראָניען.) טײַערינקע מײַנע! װאָס זשע גייט איר ניט ארײַף ער איז דאָך אײַערער! אײַערער! (גייט האסטיק פון צימער.)

שאליטא. בראָניע: (לויפט צו, נעמט זי ארום.) נו, װאָס? געשראָקן זיך? געמיינט, איך װעל פארפאלן ווערן?

בראָניע. אזעלכע ווערן דען פארפאלן?

שא ליטא. און אזעלכע? (טײַט אף בראַניען)

בראָניע (ליגט צו די דלאָניע צו זײַן מויל). וועגן אזעלכע רעדט מען הײַנט ניט. הײַנט איז בא אונדז א יאָמטעװו, א גרויסער יאָמטעו. (עס קומען ארײַן אלע געסט.) זע: אלע גייען דיר אנטקעגן, אלע!..

(פאָרהאנג)

דאָס אכטע בילד דער זעלבער צימער. עס גײט דער באנקעט. באם טיש זיצט א גרויסער אױילעם. טש צרני האלט באם פארענדיקן זײַן רעדע.

ט שערני. ..װעט איר דאָך פרעגן: װי קומט א דאָקטער זײַן א מייוון אף ,יאקנעהאָז"? וועל איך אײַך ענטפערן: דאָס איז אזא טײַער שטיקל ארבעט, אז יעדער איינער איז א מיוון דערוף, דאָס גאנצע פאָלק װעט זײַן א מייוון דערוף. קיין נאָװי בין איך ניט; װאָס מאָרגן וועט זײַן,

6

עעע ג,,,,,-- -- -- - - סיטיס רא אי

ווייס איך ניט. נאָר דאָס נעם איך זיך אונטער צו זאָגן: סע װעט גאָרניט לאנג דויערן, און שאָ- לעם-אלייכעמס ביכער װעט מען לייענען אומעטום, אין יעדער שטוב, װוּ מע שעמט זיך ניט מיט אונדזער אָרעמער פאָלקס-מוזע. לאָמיר נאָר ניט שלאָפּן דערינען, לאָמיר ארבעטן אף אלע דראָ- כים, און זאָל דאָס פאָלק זיך דערוויסן, אז סע האָט א שאָלעם-אלייכעמען. זאָל ער אונדז לעבן און געזונט זײַן, אונדזער שאָלעם-אלייכעם! (דער אוילעס באם טיש אפלאָדירט.)

שאָלעם-א לײכ עם. נו, קינדער, איצט, אז מע האָט שוין געמאכט א קויסע און מע האָט געהויבן א טאָסט, און מע האָט גערעדט א רעדעניש, קומט אויס, אז איך מוז דאָך אויך זאָגן א פּאָר ווערטער.

זאָלאָטושקין שאט, אוילעם. מע וויל אונדז עפּעס זאָגן.

שאָלעם-אלײכעם. א דאנק אז איך װעל אײַך זאָגן, װעט איר געװיס ניט װעלן לײַדן אָבער דאָס מעג איך דאָך זאָגן: איך האָב זיך ניט געריכט, אָבער טאקע ניט געריכט. איך האָב מיר געטראכט: מע פּראוועט שאָלעם-אלייכעמען א יוביליי, װעט מען אים נעמען מעכילע אפן צימבל, מע װעט אים א טאפּ טאָן די ביינדעלעך, מע װעט אים זאָגן מיטן הארבן װאָרט, אָט וי א טאטע זאָגט צו זײַן אייגן קינד: װאָס גייסטו ארום א פארשלאָפענער, שאָלעם-אלייכעם, זײַ ניט קיין פויליאק, שאָלעם-אלייכעם, שטיי ניט אף איין אָרט, ריר זיך, שאָלעם-אלייכעם, ריר זיך, נוי..

זאָלאָטושקין (אנציקט) אײַ, א מאמזער!

דער אוילעם הייבט אָן שטארק אפּלאָדירן, סע הערט זיך א הילכיקער געלעכטער.

שאָלעם-א לײכעם. אָט אזוי האָב איך אײַך ליב. לאכט, קינדער, לאכט, און לאָמיר הייַנט פריילעך זײַן, װייַל ס'איז בא אונדז הײַנט א גרויסע סימכע. א יאָמטעוװו פאר א שרייבער איז שטענדיק א יאָמטעװוו פארן גאנצן פאָלק. איי, װאָס אפן טיש איז ניט אזוי סימכע-װעסאָסנדיק און אפן הארצן איז אויך גענוג אָנגעזאָליעט, איז ווער זשע הייסט אונדז קוקן דערוף? לאָמיר, קינ- דער, זיך אופהייבן אלע ווי איינער און לאָמיר זיך צוווינטשעווען, מיר זאָלן דערהארן אנדערע צײַטן. זאָגט זשע, קינדער: בעסערע, שענערע, ליכטיקערע צײַטף

שטימען. בעסערע, שענערע, ליכטיקערע צײַטף

אלגעמיינער גערודער, מע הייבט זיך אוף פון די ערטער, מע טרינקט לעכאיִם מיט שאָלעם-אלייכעמען.

זאָלאָטוש קין שאי שא! אוילעם! מע וויל אונדז נאָך עפּעס זאָגױ

ב א ס ק ע. און ווען וועט מען זינגען? מע האָט דאָך צוגעזאָגט זינגען?

שאָלעםיאלײכעם (צו באסקען. דאָס האָט איר ערשט געזאָגט אזא קלוג װאָרט? איר? קומט נאָר צו אהער, זײַט מויכל! אָט אהער! (באסקע גייט צו. ער שטעלט זי אוועק מיטן פּאָנעס צו ווארשאווסקין.) זאָגט עס אים אין די אויגן: זינגעף (צום איבעריקן אוילעם.) און איר, קינדער, העלפט אונטער. זאָגט אים: זינגען זאָל ער!

שטימען זינגען זינגעןי

ווארשאווסקי אין א פארלעגנהײַט, שװייגט,

שאָלעם-א לײככ עם. איר זײַט א שלעכטער מענטש. א ראָשע! איר הערט דען ניט: די וועלט הייסט זינגען!

ראכיל (צו ווארשאווסקין). זינג! אז די וועלט הייסט -- דארפסטו זינגען. ער װעט זינגען. איך זע אין אים --- ער וועט זינגען.

ווארשאווסקי הייבט זיך אוף פון אָרט, טרעט אָפּ פון טיש. אלע קוקן אף אים מיט פארגאפטע בליקן.

עטעלע. איך ווייס, װאָס דער טאטע זוכט... (לויפט ארויס אין צוייטן צימער, ברענגט א פידל, טראָגט צו ווארעזאווסקין.) נא, טאטע, נא... ווארשאװססקי (נעמט דעס פידל, שפילט און זינגט).

קוקט אײַך צו צו דער וועלט צו דער שיינער: זי איז יונג, און זי שײַנט, און זי בליט.

שוין באזונגען די וועלט האָט ניט איינער אין זײַן פריילעכן, רוישיקן ליד.

אין איר טיף ליגן אויצרעס פארבאָרגן: דיאמאנטן און פּערל -- א שרעק.

37

ארי א אט

==

6

נאָר איר הארץ איז פארומערט פון זאָרגן, שטענדיק ויינט זי און קלאָגט אָן אן עקי..

פון די אויצרעס -- װאָס קאָן פון זיי ווערן, אז דאָס לעבן איז ביטער און שווער, יעדער דימענט צעגייט זיך אין טרערן, יעדער פּערל צעגייט אין א טרער!..

בייס ווארשאווסקי זינגט, הייבט זיך אָן פילן אין צימער, אז עפעס האָט זיך געטראָפן. אָלגעץ גייט האסטיק ארויס אין פירהויז, קערט זיך אום צוריק, רוימט עפעס אײַן שאָלעםאלײיכעמען ער גיט עס איבער אנדערע. מע הײבט אָן שטילערהייט ארויסגיין פון צימער. מע פארציט דעם פאָרהאנג. דער שראנק װערט פארשטעלט. פון פירהויז דערהערן זיך שטימען. עס קומען ארײַן צװיי ג אָ ר אַָ ד אָ װ אָ יעס, שטעלן זיך בא ביידע זײַטן טיר. ווארשאווסקי שפילט נאָך, בייס אפן שװעל באװײזט זיך מא ט יגין צוזאמען מיט אים קומט אויך אָלגע און ס א פ אָז ש קאָװ. מאטיגין (צו אָלגען) זאָגט איר, אז בא אײַך קומט הײַנט פאָר א קאָנצערט? אָל ג ע. יאָ. פאר היימישע מענטשן -- א קאָנצערט. מײַן מאן לייענט זײַנע װערק, אונדזערע פריינט --- שפּילן, זינגען. מאטיגין (טוט אױס די הענטשקעס, דאַס היטל, דעם שינעל, טוט עס גראציעז א װאָרף אף די הענט פון איין גאָראַדאָוואָ, נעמט באס צווייטן גאַראָדאָואָ א פאפקע מיט פאפירן. אײַער קאָנצערט װעט איר מוזן אָפּלייגן, מאדאם. מיר זײַנען געקומען דורכפירן דאָ א קליינינקע אָפּע- ראציע. דאָס איז אײַער מאן? (שטעלט זיך פאָר.) מאטיגין. פון צענזור-קאָמיטעט. אײַער מוזיקער מעג בלייבן דאָ. מיר װעלן אים דארפן פאר אן איידעס. (באזעצט זיך, בלעטערט די פאפירן אין דער פאפּקע.) סאפּאָזשקאָװ, איך זע דאָ ניט דאָס, װאָס אונדז אינטערעסירט. סאפּאָזשקאָװ (נישטערט איבערן צימער, טוט האסטיק א ריס דעס פאָרהאנג, װאָס צע- טיילט דעם צימער. דער פאָרהאנג פאלט אראָפּ. מע דערזעט דעס שראנק) אָט דאָ איז עס, אײַער עקסעלענץ. מאטיגין טו, װי מע האָט דיר געהייסן, סאפּאָזשקאָוו (סאפאַזשקאָוו הייבט אַן זיך פּאַרען ארום שראנק: הענגט אוף פּלאַמבעס, פארגיסט זיי מיט טריוואקס, טוט אַן אפן שראנק א שלאָס. מאטיגין פירט דערווײַל דעם געשפרעך מיט שאָלעס-אלייכעמען) הער ראבינאָוויטש! צוריק מיט א װאָך צײַט האָבן מיר ארויסגעלאָזט פון דרוק אייַערס א בוך מיטן נאָמען... זוכט אין די פאפירן) שאָלעם-אלײכעם זאָגט אונטער). ;יאקנעהאָז". מ אטיגין א דאנק. יאָ. אזוי הייסט דאָס בוך. א שלעכט בוך. א געפערלעך בוך. שאָלעם-א לײכע ם. איער צענזאָר האָט דאָס בוך געלייענט. מאטיגין אונדזער צענזאָר װעט דערפאר באקומען א שטראָף. ער האָט עס ניט געטאָרט דערלאָזן. שאָלעם-א לײכעם. װאָס האָט ער אזוינס דערלאָזט? מאטיגין איר ווייסט גאנץ גוט. איײַערע פרײַנט (טײַט אף ווארעואווסקין) ווייסן אויך עס גאנץ גוט. נאָר אונדז װעט איר ניט אָפּנארן, הער ראבינאָוויטש. מיר האָבן אויך פריינט, און זיי האָבן אונדז אלץ געגעבן צו פארשטיין. שאָלעם-א לײכעם. איך װאָלט אויך װעלן עס פארשטיין. עפשער קאָן מען נאָך העלפן. מאטיגין. קיינער װעט אײַך ניט קאָנען העלפן. מיר האָבן אן אינסטרוקציע, א געניע אינסטרוקציע: א ווערק, װאָס לעסטערט אין גאָט, דארפן מיר פארניכטן. אָלג ע. אוי!

שאַלעם-אלייכעם נעמט זי פאר ביידע הענט, זי שטייען פארגליװערט.

מאטיגין װאָס זאָל מען טאָן, מאדאם. אזא איז אונדזער פליכט: פאר דער געטלעכקײַט נעמען מיר זיך אָן.

שאָלעם-א לײכ עם. וועלכע געטלעכקײַט? װער רירט דאָרט אָן וועמענס געטלעכקײַט?

וואר שאװס קי. דאָס איז פּינקוסעס ארבעט! איך דערקען דאָ פינקוסעס א שטיקל ארבעט:!

מאטיגין איידעס! איר דארפט שטיין אָן א זײַט: (ווארשאווסקי גייט אָפּ צום פענצטער) סאפּאָזשקאָוו, דו ביסט פארטיק?

סאפּאָזשקאָװ (ראפאָרטירט). די ביכער -- גאנץ! די פּלאָמבעס -- אף אן אָרט. דער שלאָס -- אין אָרדענונג.

מאטיגין די צאָל ביכער?

8

סא פּאָזשק אָ וו. צוויי טויזנט.

מאטיגין און דער נאָמען? איך האָב ווידער פארגעסן דעם נאָמען.

סאפּאָזשקאָװ. 32סזסװא621, אײַער עקסעלענץ. א שווערער נאָמען.

מאטיגין אזא נאציע. בא זיי זײַנען אלע נעמען שווערע. איידעס! קומט צו נעענטער. סאפּאָזשקאָװו, לייען!

סאפּאָזשקאָװ (לייענט). ,ראבינאָוויטש, שולעם נוכימאָװיטש, אָן זשע שאָלעם-אלייכעם, פערעיאסלאווער מעשטשאנין פון ייִדישן גלויבן, 35 יאָר אלט, קיין געריכטלעכע פארפאָלגונגען ניט געהאט...

מאטיגין נו, נו, גיכער א ביסל, גיכער!

סאפּאָזשקאָװ הייבט אַן היפערן). אפן גרונט פון די באװײַזן, װאָס עס האָבן געגעבן מענטשן פון ייִדישן גלויבן, און אפן גרונט פון דער עקספּערטיזע, װאָס האָט געפאָרשט דאָס בוך פון דעם אױיבנדערמאָנטן ראבינאָוויטש, אָן זשע שאָלעם-אלייכעם...

מאטיגין (אומגעדולדיק). נוֹ...

ס א פּ א ז ש ק אָ וו. באשלאָסן: דער שרײַבער ראבינאָוויטש, אָן זשע שאָלעם-אלייכעם, האָט אָנגעשריבן א גאָטלעסטעריש װוערק מיטן נאָמען ;יאקנעהאָז", װוּ עס װערט אויסגעלאכט די הייליקע שריפט און אויסגעשפעט די געטלעכע טעקסטן -- צאסססת ג דאָס אויבנדערמאָנטע ווערק ארויסנעמען פון דעם אװוטאָרס הענט, קאָנפיסקירן און פארגיכטן...*

מאטיגין (צוווארשאווסקין). איר האָט אויסגעהערט -- שרײַבט אונטער!

ואר ש אוו ס קי. איך װעל ניט אונטערשרײַבן. לויטן געזעץ האָט דער אװטאָר רעכט אָנ- צוגעבן א קאסאציע.

מאטיגין (מיט כויזעק). ארטיסט, איר פארשטייט אין געזעצן אויך?

שאָלעם"א לײ כ ע ם. אין מײַן הויז זאָלט איר מײַנע בעסטע פרײַנט ניט באלײידיקן

מאטיגין בעסטע פרײַנט.. דער און דער... קאָנצערט!.

שאָלעם-אלײכעם. ניט באלײידיק פאָרשטייער פון דער מאכט דארפן אויך האָבן איבער זיך געזעצן.

מאטיגין געזעצן שרײַבן מיר, איר שרײַבט ביכלעך.

אָ לג ע. און איר פארברענט ביכלעך.

מאטיגין איר דארפט שװײַגן, מאדאם. סאפּאָזשקאָו, פארטיק! (גײט ארײַן אין צוייטן האלב צימער, װוּ די גאָראַדאָוואַיעס מיט סאפּאַזשקאָוון שלעפן שוין דעםס שראנק. מאטיגין בא- טראכט דעס ארבעט-צימער. דערזעט שטשעדרינס פאַרטרעט אף דער וואנט) א באקאנטע פּער- זאָן. אויך אמאָל דורכגעגאנגען דורך מיַינע הענט.

שאָלעם-א לײיכעם. דער גרויסער שטשעדרין!

מאטיגין און ער איז דער אלטער? (טײַט אף מענדעלעס פּאַרטרעט)

ס א פּ אָ ז ש ק אָ וו. דער איז פון די זייעריקע. נאָר מיר קענען די זייעריקע אויך. אבראמאָ- וויטש הייסט ער.

מאטיגין (כױיזעקט). אבראמאָוויטש -- ראבינאָוויטש.. קאָנצערט... (גייט ארויס, נאָך אים טראָגט מען דעם שראנק.)

שאָלעם-אלייכעם, אָלגע און ווארשאווסקי גייען נאָך בין דער טיר. ואר שאװ ס קי גייט ארויס.

אָלג ע. ניט א בוך, נאָר א לעבעדיקע נעשאָמע צוגענומען. פאר מיינע אויגן איז עס גע- באָרן געװאָרן, געוואקסן, גענומען ריידן. אָט וי א קינד װאָלט מען פון שטוב ארױיסגעטראָגן.

שאָלעם-אלײכעם. דאָס מאזל שפּילט זיך מיט מיר. סע ויל מיר פארפינצטערן די נעשאָמע, ארײַנווארפן מיך אין כוישעך און מאָרעשכױרע... (צו אַלגען.) די גרעסטע מאטאָנע פון דיר װעט בא מיר זײַן, אז דו וועסט עס ניט צולאָזן צום הארצן. איך װויל בא דיר נעמען דאָס הייליקע װאָרט, אז דו וועסט ניט וויינען.

עס קומט ארײַן װאר שאװס קי

ואר ש אוו ס קי. אוועקגעפירט! ארופגעשלעפּט אפן װאָגן, געבונדן, צוגעבונדן...

שאָ לעם-א לײכ ע ם. און אוועקגעפירט צו דער אקײידע! (ווארשאווסקי דריקט אים די האנט.) איר פארשטייט מיך, ברודער, איר מוזט מיך פארשטיין. סטײַטש, איך, שאָלעם-אלייכעם, פרײַ פייגעלע, האָב פליגל, קאָן פליִען און וויל פליען, קאָן זינגען און וויל זינגען, און דער גאנצער אוילעם וויל הערן -- מוז איך זיצן פונדערװײַטנס אף א בוים און שװײַגן, וויגן זיך שטילערהייט אף אן עלנט צװײַגעלע און שווייגן, שװײַגן, שװײַגן.

וואר שאװס קי. אזא מײַסע איז ניט געהערט געװאָרן אין דער גאנצער װעלט!

39

שאָלעם-אלײכעם (טײַט אף שטשעדרינס פאַרטרעט)). און ער? װאָס איז ער אויסגע- שטאנען? בא זיי --- שווארצע, בא אונדז -- שווארצע, בא זיי טוט מען אין טויט ארײַן די, װאָס גייען אין דער ליכטיק, בא אונדז לאָזט מען ניט לעבן די, װאָס ווילן ארויספירן פון דער פינצטער- ניש. װאָס זשע, זאָל שאָלעם-אלייכעם אוועקלייגן, הייסט עס, שער-און-אײיַזן, און אן עק, א סאָף? ניין, דאָס װועט מען בא שאָלעם-אלייכעמען ניט פּױיעלן, אנדערש שרייבן קאָן איך ניט און וויל ניט און װעל ניט. איך האָב געזאָגט 164040044ע-ס0, וועט עס אזוי זײַן. איך קען זײי; די יעהו" פּעצער נעגידים. זיי װאָלטן װועלן, אז מיט שאָלעם-אלייכעמען זאָל שוין אופהערן אמאָל צו שאָלעם- אלייכעמען. שויטים, נאראָנים! זיי ווייסן ניט, אז שאָלעם-אלייכעם האָט פארקאטשעט די ארבל און וויל ערשט אָנהייבן צו שאָלעם-אלייכעמען. איך בין ניט פון יענע, װאָס װערן אזוי גיך צע- יאכמערט. איך האָב עס פיינט. (צו ווארעשאווסקי.) מאָרעשכױרע ווארפט אװעק!: אצוועס אף א זײײַט! די געסט, די געסט לאָמיר רופן אהער!

שאָלעםאלײכעם און אָ לגע גײען ארויס. װוארשאװסקי בלײַבט. אין צימער איז אן אומי אָרדענונג. דער פאָרהאנג -- אראָפּגעריסן, די בלומען"-קרענצלעך -- אפן דיל, סע ואלגערן זיך אלבאָם-קארטלעך. סיקומט ארײַן ס אָרע, מיט איר -- באס קע

ס אָ ר ע. א װויסטער, א פינצטערער, א שווארצער כאָלעם אף זייערע קעפּ: װאָס האָבן זיי דאָ אָפּגעטאָן? געריסן, געביסן, צעשאָטן, צעטראָטן! סדוים, ערגער פון סדוים! (הייבט אָן אופראמען.)

מ וישצ{-

ס'קומען ארײַן רא כיל, מאָניש, זאַלאָטושקין אָשערל, ט שערני, מו עליע. זײ גײען אײנציקװײַן און װי אף די שפּיץ פינגער. העלפן אופראמען דעם צימער. רא כיל. אָט דאָס האָט שאָלעם-אלייכעם פארדינט בא דער װועלט! זאָלאָטושקין א יי איז עס? שיינע צוויי פּעטש אין ביידע באקן װאָלט איך איר געגעבן, דער וועלט אײַיערער מוישע-ע ליע. נו, װוּ זשע זײַנען זיי, די פּעטש? מאָניש. עך, ווען עס זאָל שוין האלטן דערביי!

מץ הענגט אוף דעם פאָרהאנג. אלץ זײַנען פארנומען דערבײַ

זאָלאָטוש קין מיך ארט איינס -- סע ברענט, סע בראָט מיך: פארװאָס קומט 0 די יעהופּעצער נעגידים אזויפיל נאכעס? זיי האָבן עס הײַנט א שטיק נאכעס! זיי לעבן עס א טאָ ס אָ ר ע. גאָטעניו געטרײיער! זאָלן זיי לעבן א טאָג -- נאָר ניט מער! סיקומט ארײַן ש אָ לע ם"א ? יי כ ע ם, פון איין זײַט באגלייט אים שא ל יט א, פון דער צװייטער -- ב ר אָניעי

שאָלעם-א לײכ עם. װאָס איז דאָ פאר א שטילשװײיגעניש? װאָס שלאָפט מען דאָ, װאָס? צי מ'האָט דאָ אָן מיר געגעבן א לעק פונעם ביטערן טראָפּן? צי איר זײַט גלאט אף א פּאָר שאָ אראָפּ פונעם זינען? עפּעס איז דאָך בא אונדז הײַנט א סימכע.

סאָרע (טײַט אפן צימער). א סימכע איז דאָ ערשט געווען. שוין איינמאָל א סימכע!

שאָלעם-א לײכ עם. װער זאָגט עס: געווען? אונדזער סימכע װעט ערשט זײַןף אָט הערט אויס, װאָס דער מענטש (טײַט אף שאליטאן) זאָגט אונדז. דער מענטש איז בא מיר באגלייבט. פאראן, זאָגט ער, גוטע סימאָנים פאר אונדז אָט דאָ אין אונדזער לאנד. פאראן, זאָגט ער, צייכנס אזעלכע, אז מיר װעלן זײַן די באלעבאטים פון אונדזער וועלט, און יענע, די פלעדערמײַז, װועלן גיין צו אלדי רוכעס! לאָמיר זשע לעבן מיט דער האָפענונג, װאָס מע האָט אונדז געגעבן. לאָמיר, קינדער, זיך אָנטאָן א קויעך און זאָל בא אונדז פריילעך ווערן.

װוארשאװסקי (גיט א שפאן אף דער מיט צימער, הייבט אַן זינגען).

װאָס זשע דארף מען, ברידער, אומעטיק זײַן? ס'איז אן אוויירע, כ'לעבן, א גרויסע -- אמער טראָגט ארײײַן אן עמער װײַן, לאָמיר בעסער מאכן א קויסע, זיך מוטשען און זינגען לידער, פּליעסקעט, פּליעסקעט, ברידער!..

(פאָרהא נג)

סאָף

וועגן די זיכרוינעס פון ל, ראבינאָוויטש

(ליאלי קויפמאן)

אפ ליאלי

קויפמאן (1887--1965), שאָלעם-אליי- כעמס צװייטע טאָכטער, האָט אין 1964 אין איר א בריוו געשריבן: ,איך בין אויך א הארי איך שרײַב קורצע דערציילונגען, איך האָב אן ארטיקל, װאָס הייסט , מײַן פאָטער -- שאָלעם- אלייכעם". איך האָב עס אָנגעשריבן מיט 20 יאָר צוריק אף ייִדיש און ענגליש" (,סאָװעצטיש היימ- לאנד", 1964, נומ. 3, ז. 157).

עס איז צו זען, אז ליאלי קויפמאן האָט פאר- געסן, אז ועגן איר פאָטער האָט זי געשריבן אויך אין רוסיש און ניט מיט צוואנציק, נאָר מיט דריי- סיק יאָר צוריק. דאָס ארטיקל, װאָס אין פּובלי- קירט געװען אינעם זשורנאל ,קראסנאיא נאָװ" (1936, נומ. 11, זז. 90--97), האָט, װײַזט אויס, געבראכט צו אונדן איר מוטער אָלגא ראבינאָ- װיטש, װעלכע האָט אין 1936 באזוכט דעם סאָ- וועטנפארבאנד.

פון ליאלי קויפמאנס זיכרוינעס דערװויסן מיר זיך א סאך אינטערעסאנטע פּראָטים װעגן שאָלעם- אלייכעמען, װעגן זײַן שרײַבערישער לאבאָרא- טאָריע, װעגן זײַנע מײַסטערהאפטע פאָרלעזונגען, ועגן זײַן ליבע צו דער אוקראינישער ערד און צום אוקראיִנישן פאָלקלאָר און נאָך און נאָך. אויב אייניקע פּראָטים אין די זיכרוינעס זײַגען

אונדז באקאנט, גייט עס אָבער פון טרוקענע דאָקו- מענטן. ליאלי קויפמאנס זיכרוינעס זײַנען אָנ- ג, אוב לעבעדיק, לאקאָניש, מיט שאָלעם-אליי- כעמדיקן הומאָר, אוואדע איז אונדז אָנגענעם און

באגלייבט ליאלי קויפמאנס גװיִעס:איידעס, אז ,מיר לויפן אף מיטינגען. מיר הערן לונא טשארסקין און פּלעכאנאָװן. וװערא פיגנער שענקט אונדז אירע פאָטאַגראפיעס מיט אן אופשריפט. מיר לייגן אײַן די װעלט און באקומען אן אָרט אף װו. אי. לענינס לעקציעס. דער טאטע איז אויך מיט אונרדז". י*י,

צום באדויערן, זײַנען אָט די ביז גאָר װיכטיקע פאקטן אין שאָלעם-אלייכעמס ביאָגראפיע געבליבן ניט אויסגענוצט,

דערציילט דאָך ליאלי קויפמאן, אז נאָך די לעקציעס פון לענינען, פּלעכאנאָװן, לונאטשאר- סקין פלעגט שאָלעם-אלייכעם זאָגן: ;אָט װעט איר זען, -- אין רוסלאנד װעט נאָך זײַן א גרויסע רעװאָליוציע. נאָר װי דערלעבט מען שוין דערצו?

װוי?*

כאצקל נאדעל

אף דער פאַטאַ: שאָלעם:אלײכעם און זײַן טשָכ- טער ליאלי (מאָנטרע, סאָף זומער 1911).

41

ל. ר א ב יי נ אַ װ יט ש (ליאלי קויפמאן)

מײַ! פחַטעף

אלץ איז אין קיעוו-גוט, איינס איז שלעכט -- דער ברוק! גריבער אף גריבער. אז מע פאָרט אף א דראָזשקע, טרייסלט די נעשאָמע ארויס. אָט פאָרן מיר -- איך און דער פאָטער. איך בין אלט אכט יאָר. מיר פאָרן אף א סימכע צו אונדזערן א קאָרעוו, דעם אדװואָקאט מאזאָר. זיצנדיק אף דער דראָזשקע, זינגט דער פאָטער אן אוקראיַניש לידל: ,6122 272א 188סעס 5 1.1 1:42א2 18סעס צ -- הער אוף זינגען! -- זאָג איך צו אים: ס'איז מיר א כארפּע, װאָס ער זינגט. װאָס טיפער די גריבער, װאָס העכער מיר שפּרינגען אונטער, אלץ הילכיקער זינגט ער:

.. זואוותדא 111 ...0-0-6-116א ץ 2

-- הער אוף צו זינגען! -- זאָג איך צו אים שטרענג און איך צי אים פארן ארבל. -- דו הערסט?

ער קאטשעט זיך פאר געלעכטער.

און מיר איז א כארפּע. ס'איז מיר א כארפּע, װאָס בא מיר איז אזא טאטע: זינגט אף א דראָזשקע!

בא די מאזאָרס איז שוין א פולע שטוב מיט געסט. מע שטייט, מע זיצט גרופּעסװײַז. וי נאָר דער פאָטער קומט ארײַן, קוקן שוין אלע נאָר אף אים. זײַן ניט גרויסע, באוועגלעכע שטשופלע פיגור, דער קאָפּ לאנגע ווייכע בלאָנדע געקרײַזלטע האָר באװוײיזט זיך אָט דאָ, אָט דאָרט. אָט דאָ, אָט דאָרט --- א געלעכטער...

און א פּאָר קינדערשע אויגן קוקן אים נאָך, שפּירן נאָך נאָך אים: א מאָדנע טאטע! ניט אזא, װוי בא אלעמען! װאָס שטעקט אין אים?..

מיר זײַנען צעלאָזן. קיינער שטראָפט אונדז פאר קיין זאך ניט. נו, אז מיר הייבן אָן זיך שוין צופיל צו פּעסטען, ;באשטראָפט* אונדז דער פאָטער יאָ. ער נעמט א צײַטונג, מאכט פון איר א מין פעכער און פּאטשט אונדז דערמיט. דאָס האָט געהייסן ;אָנפיטשקען".

לײַדן לײַדט פון דעם, קאָנטיק, מער פון אלעמען טאקע ער אליין, ער ווערט בלייך און צע- טראָגן. די הענט ציטערן בא אים,

אין זאל שטייט א גרויסער ראָיאל. אָפּט זעצט זיך דער פאָטער צו צו אים און שפּילט לויטן געהער. די ניגונים (שטענדיק טרויעריקע) זײַנען קעסיידער אלציינע, ייִדישע, מיר ווייסן זיי. ער נעמט אקאָרדן. ער האָט ליב צו זיצן לעבן ראָיאל. ,איך װאָלט עפשער גאָר געווען א מוזי- קאנט, ווען איך װאָלט ניט געווען קיין שרײַבער"...

מיר טומלען, און ער שרײַבט. מיר שלאָגן זיך, און ער שרײַבט. מיר טאראבענטשען איבערן ראָיאל -- ער שרײַבט. מיר שטערן אים קיינמאָל ניט. ער קומט ארײַן צו אונדז אין קינדער- צימער מיט דער פּען אין האנט.

: בא זעם שאַכן א שטוב א װײַסע, בא דעם שאַכן א װײַב א פײַנע,

און איך האָב ניט קיין שטיבל..

42

װי פרי מע זאָל ניט אופ- שטיין, שטייט דער פאָטער אוף נאָך פריִער -- און גלײַך צום טיש -- שרײַבן. געשריבן האָט ער שטייענדיק בא א הױיכן טישל. ער האָט געשריבן און אליין געלאכט. אין א ווייכן כא- לאט, אין שטעקשיך אף די באָרװעסע פיס, שטייט ער פון גאנצפרי אָן און שרייבט און בײַסט די נעגל, שרײַבט און בײַסט די נעגל...

פארן אוועקגיין אין גימ- נאזיע גיי איך אריין צו אים, איך דארף אים א קוש טאָן. אז איך על זיך אומקערן, װעל איך אָפּטאָקן א ליג, אז איך ‏ , א ר ייר אלל רעל האָב באקומען א ,פינף", ער /? : י : : אי זאָל האנאָע האָבן.

ער האָט פײַנט שלעכטע בסורעס. דער גרעסטער אָפטי- מיסט בא אונדז אין שטוב איז ער.

שאָלעםיאלייכעם בא דער ארבעט (פעטערבורג, 1904)

מיר, קינדער, פארשטייען, אז לעבן לעבט זיך שװוער, אז קיין געלט איז ניטאָ, אָבער מיט געלעכטער, פרייד און טומל איז פוֹל די שטוב. פארשטייט זיך, אֹלץ אדאנק אים. און עפשער... עפשער איז דאָס גאָר דער מו- טערס אופטן..,

,פיר זײַנען מיר געזעסן": כ.-ינ. ביאליק, מ. בען אמי, שאַלעםיאלײכעם און מענדעלע מויכער-ספאַרים

א פארומערטער טאָג. פון (זשענעװע, שװייץ, סענטיאבער 1907)

אינדערפרי אָן גיסט א רעגף

דער טאטע האָט פארשפּעטיקט 0 66 : יטי : 3 ' צו מיטיק. איצט עסט ער אליין. אט אי יי

די מוטער זיצט לעבן אים. ער ייו גשידי ליין 5 - = | דערציילט איר, אז ער האָט א 3 יי גאנצן טאָג אומזיסט און אומ- | נישט געשמײַעט אף דער יט | בירזשע. גאָרנישט מיט ניט. {י+/"איץ 664 80 כגיית, ָ

ָ ,62+*{ 6442 246 +3:5{ וי‎

-- טאקע גאָרנישט? אע צי - 6 ירק - (* יש יו

-- גאָרנישט...

בא אים אפן טעלער -- עי 4 יא 8 דער פארקליאקנעטער מיטיק: א { /*כי יי ישש 20 6 רדה 8 שטיק איבערגעשטאנען גע- א א 2 2

בראָטנס, א האלבע זויערע או א אע

גערקע. ער זיפצט שווער, מע- פאקטימילע פון שאָלעם-אליי- : |

סוקן שווער. כעמס עפיטאפיע יי : 5 8

א פריילעכער, א פריידיקער טאָג!: א יאָמטעו אין שטוב. איי, קינדער!: דער טאטע װעט הײַנט לייענען א נײַע דערציילונג זײַגע.

-- דער פּאפּא װעט לײיענען! דער פּאפּא װעט לײענען! -- טאנצן מיר פאר סימכע.

און ער נעמט צונויף ארום זיך זײַן ,רעפּובליק* (אזוי האָבן מיר בא אים געהייסן) אָדער די ,כאליאסטרע* און לייענט אונדז, קינדער, זײַנע ערשטע צוהערער און ערשטע קריטיקער.

און מיר לאכן, קײַכן פאר געלעכטער, הערן די דערציילונג. מיר זײַנען צופרידן, מיר פרייען זיך, פּונקט װי מיר װאָלטן געשריבן מיט אים איניינעם, און דערציילונגען איז פאראן אזויפיל, און זיי שרײַבן זיך אזוי לײַכט... א טאָג, צוויי -- און פארטיק די פיש. איי, קינדער!

ניט װייניקער האנאָע האָבן אונדז פארשאפט אויך די מוזיק-אָװונטן. מ. ווארשאווסקי (דער אװוטאָר פון פּאָפּולערע ייִדישע לידער) פלעגט קומען צו גיין צו אונדז טייקעף, וי נאָר ער פלעגט פארפאסן א נײַע ליד.

דאָ, בא אונדזער גרויסן ראָיאל, זינגט ער זי אויס מיט זײַן באריטאָן און אקאָמפּאנירט זיך אליין.

;און דער רעבע לערנט קליינע קינדערלעך דעם אלעפבייס.." -- קלינגט זײַן קאָל אין אונדזער גרויסן נידעריקן זאל. מיר, קינדער, שטייען באם ראָיאל און קוקן ווארשאווסקין אין מויל ארײַן.

מיר זײַנען מיט אים די בעסטע גוטעפרײינט. ער, ווארשאווסקי, קען דאָך כוץ אלע זיבן זאכן קרייען װי א האָן, מעקען װי א ציג און מיאוטשען װי א קאץ. וויפל מאָל, אז ער פלעגט קומען צו אונדז, פלעגן מיר זוכן די קאץ אונטערן דיוואן. ער איז געווען א קליינינקער, א גראָבטשינקער, א פריילעכער, א מענטש אָן א גאל. געשטאָרבן איז ער אין א מעשוגאָיִם-הויז.

דאכט זיך, דער פאָטער האָט קאָרעגירט זײַנע לידער.

באם פאָטער אין קאבינעט, אפן שרייבטיש, איז פול מיט אויסטערלישע זאכענישן. א צי" גארן"פּושקע, װוי א קעסטל, מיט א געהיימען שלאָס. בלויז דער פאָטער קען אים עפענען. און אָט אי דער בארימטער קליינינקער װעלאָסיפּעד. בארימט איז ער דערמיט, װאָס װוער עס זאָל ניט קומען צום פאָטער, נעמט ער אומבאדינגט אין די הענט דעם דאָזיקן װעלאָסיפּעד. דער פאָטער נעמט אים שווייגנדיק צו, נאָר די אויגן לאכן בא אים דערביי...

מענטשן קומען. פארשיידענע מענטשן. דער פאָטער רעדט מיט זיי ערנסט, אָבער זיינע אויגן!. מיר ווייסן, שוין: ער /,/שפּילט טעאטער". אך, װי גוט ער קען , שפּילן טעאטער"! ער איז א ווּני דערבארער אקטיאָר. ווען ער װאָלט ניט געווען קיין שרייבער, װאָלט ער געוויס געווען אן אק" טיאָר. שפּעטער, ווען דער ;גאסט" װועט אוועקגיין, װועט דער פאָטער אים נאָכמאכן און מיר וועלן זיך קייקלען פון געלעכטער...

יאָ, לאכן, אויסלאכן האָבן מיר ליב. ער האָט אונדז אויסגעלערנט.

בא אָט דעם צויבער-קעסטעלע מיט ציגארן, דרייענדיק דעם געהיימען שלאָס, האָט דער פאָטער, ניט באמערקנדיק, אז איך בין דאָ אין קאבינעט, איינמאָל געזאָגט צום גאסט: --- און וי זואָלט זײַן, אשטייגער, ווען איך זאָל בעטן אנטלײַען א פינף-און-צוואנציקער?

אין די קעסטלעך בא דעם פאָטער אין שרײַבטיש איז א כאאָס, דאָרט איז פאראן פון װאָס נאָר איר וילט הערן און געדענקען. פלעשעלעך מיט קליי, טשוועקעלעך, צווענגלעך, נאָטיץ- ביכעלעך -- אלץ, װאָס מע דארף באם שרײַבן. א גומען שטעמפל --- צוויי געשלאָסענע הענט ;שאָלעם-אלייכעם", ער שטעלט עס, דאָס שטעמפּל, פון אויבן אף יעדן בריוו.

עס טרעפט, ער מאכט ,אָרדענונג" אפן טיש. און ווען אלץ איז שוין טאקע אין בעסטער אָרדענונג, זעצט ער זיך און... און דעם טאָג שרײַבט ער שוין ניט. זיצט און קוקט אף דער אָרדענונג, און שרײַבן שרײַבט זיך גראָד ניט...

ווען מיר דארפן געלט, גייען מיר צום פאָטער. דעמלט, נאָך גאָר קינדער, האָבן מיר ניט פארשטאנען, װאָס פאר א גרויסע קונסט דאָס איז ג ע ב ן און װי װײַט ער באהערשט די דאָזיקע קונסט. אזא איז ער פארבליבן אפן גאנצן לעבן: דער גרעסטער דזשענטלמען אין געלט-זאכן. אמאָל, גאָר אמאָל, אזוי האָבן מיר אָפּט געהערט אין דער קינדהײַט, איז דער פאָטער געווען רײַך, האָט געטרענצלט געלט, האָט מיט דער פולער האנט געגעבן אף רעכטס און אף לינקס, זײַן שטוב איז געווען אָפן פאר יעדן איינעם... יענע צײַטן געדענקען מיר שוין ניט. פאר אונדז איז עס א לעגענדע, איינע פון יענע מײַסעס, וועלכע ער האָט אונדז דערציילט אין דער קינדהײַט.

44

דער פאָטער איז שטענדיק אָנגעטאָן זאָרגפעליק, שיין און אָריגינעל. שענער, וי אלע אנדערע, אָריגינעלער. עפּעס אזעלכע מינע זאפּאָנקעס. דער שניפּס פארבונדן ניט אזוי, װוי בא אלעמען א סאמעטענער זשיליעט מיט גרויסע קנעפּ. ער איז אן עסטעט. ער דערלויבט אונדז ניט אָנטאָן אזוינס, װאָס װײַזט אים אויס צו זײַן ניט שיין. אנומלטן איז אים שטארק ניט געפעלן דער מא- מעס א הוט; זי האָט זיך אזוי לאנג געקליבן קויפן אן אנדערן, ביז ער האָט יענעם הוט צעשניטן אף האלב און אופגעהאנגען אף דער וואנט. אן אנדערשמאָל האָט ער זיך בעקיוון אוועקגעזעצט אף דער מאמעס א הוט, האָט זי שוין ווילנדיק ניט ווילנדיק געמוזט קויפן זיך א צווייטן,

ווען ער טוט אָן א נײַעם אָנצוג, באקומט זײַן פּאָנעם א נײַעם אויסדרוק, א יאָמטעװדיקן, עפּעס גאָר א באזונדערן אויסדרוק.

-- אך, דער פעטער איז שוין פארפּוצט אין א נײַעם אָנצוג!: איך האָב עס דערקענט אין זײַן פּאָנעם! -- לאכט די פּלעמעניצע, נאטאשע מאזאָר.

דער פאָטער האָט א ;װייַגרישנע*" בילעט, און יעדעס יאָר ווארט ער אף א געוינס, און יעדעס יאָר נארט ער זיך אָפּ.

די באָבע זאָגט צו דער מוטער: -- שאָלעם האָט שוין ווידעראמאָל געשיקט געלט מײַן ברודער. נאָכװאָס טוט ער עס? ער האָט דאָך אליין ניט! איך פארשטיי ניט, פארװאָס זי איז אומצופרידן.

דער פאָטער דערציילט עפעס דער מוטער מיט גרויס היספּײַלעס. --- ווידער פליסטו אין די הימלען! -- לאכט די מוטער. -- מענאכעם-מענדל!

דער פאָטער װערט גיך צוגעזאָטן צו מענטשן און פּונקט אזוי גיך װערט ער אָפּגעקילט. -- קינדער! טאָמער קומט ארײַן דער-און-דער, זאָלט איר אים זאָגן -- איך בין ניטאָ אין דער היים!

באם פאָטער איז א קאטער. ער גייט ארום איבערן צימער מיט א גרויסן האנטעך אף די אקסלען.

דער ,אפּטשכי! אפּטשכי! אוי-אוי-אוי!..* לאָזט זיך הערן אפילע אין דרויסן.

ער האָט גאָר קיין געדולד ניט און קאָן ניט אריבערטראָגן דעם קלענסטן ווייטעק.

יעדן זומער פאָרן מיר ארויס אף דאטשע אין א סאָסנאָוון וואלד, אין באָיארקע (;בויבעריק"). דאָרט וויגן מיר זיך אין הענגבעטלעך, טרינקען קעפיר און גייען מיטן פאָטער אין ,נאדסאָנס טאָל* לאָנקע אין סאָסנאָוון וואלד, װוּ עס פלעגט זייַנערצײַט ליב האָבן צו זיצן דער שווינד- זיכטיקער נאדסאָן).

דער פאָטער האָט ליַדנשאפטלעך ליב די נאטור. יעדן זומער פונדאָסנײַ רופט בא אים ארויס א צאפּלדיקע פרייד דער וואלד, דאָס געזאנג פון די פייגל, די שישקעס, װאָס פאלן פון די ביימער...

יעדן זומער רופט בא אים ארויס א צאפּלדיקע פרייד דער הימל, דער זון-אופגאנג, די שקיע- שײַן, דאָס גרעזל, װאָס שמעקט אזוי, ווען מע צערייבט עס אין די הענט...

ער האָט זייער ליב פייגל,

קאיאָר אין באָיארקע. די לופט איז ריין און דורכזיכטיק. שא-שטיל. נאָר פייגל צוויטשערן און שישקעס פאלן...

דער פאָטער שטייט אין סאָד. דאָס לײַכטע ווינטל שויבערט די לאנגע האָר. די אויגן זײַנען פארטראכט און קוקן ערגעץ אין דער װײַט. ער האלט א שטיקל ברויט אין האנט און ווארפט ברעקלעך די פייגל,

מיר וואקסן...

וי טעוויעס טעכטער, וואקסן מיר אין שלאָף.

מע פיטשקעט אונדז שוין לאנג ניט מיט קיין צײַטונג, צונויפגעלייגט װי א פעכער.

לעבן לעבט זיך, װײַזט אויס, אלץ שווערער און שווערער. אונדזער גרויסן זאל האָט מען צעטיילט אף צוויי טיילן. אין איינעם װעט זײַן אן ;אופנאם-צימער", אין דעם צווייטן עפנט די מוטער א צײינדאָקטער-קאבינעט, און אף דער טיר פון דעם פּאראד-אריינגאנג באװײַזט זיך א נײַ שילדל, װוּ עס שטייט געשריבן מיט גאָלדענע אויסיעס אף א שווארצן פאָן;

45

צײינדאָקטער-קאבינעט אָ. מ. ראבינאָוויטש:

עפשער װעט דאָס שילדל העלפן.

-- וי האָט איר עס, אֶלגא מיכײילאָוונא, באוויזן? פינף קינדער, קיין אײַנהאָרע, אזא שטוב, אזא ווירטשאפט און נאָך באזוכן צײינדאָקטער-קורסן! מאמעש צו באװוּנדערן::.

אזוי טײַנען צו דער מוטער אירע באקאנטע ,דיקע דאמען". זיי, אָט די דיקע דאמען, פּוסטע- פאסעווען גאנצע טעג. ווינטער אָרדנט מען אײַן אָװנטן מיט קאָרטן-שפּיל, זומער לאָזט מען זיך וווילגיין אף די דאטשעס אין לײַכטע פּעניוארן..

דער פאָטער קאָפּירט זיי. ער הטט ניט ליב ניט די דאָזיקע דיקע דאמען, ניט זייערע אָװנטן ניט דעם גאנצן רײַכן, בורזשואזן קיִעוו.

טרויעריקע, פארומערטע טעג איז איצט מער, וי פריילעכע. דער פאָטער האָט אָנגעהויבן ארומפאָרן איבער פארשיידענע שטעט אף אָוװונטן, װווּ ער לייענט פאָר זײַנע ווערק.

-- איר ווייסט, װאָס איך האָב זיך דערװוּסט? -- האָט ער אונדז איינמאָל געזאָגט מאָלע- סימכע. -- לאָזט זיך אויס, דיקענס איז אויך ארומגעפאָרן און פאָרגעלייענט זײַנע ווערקי.

מע טראָגט ארויס דעם ראָיאל.

דער פאָטער שרייבט א סאך. אן אנדערשמאָל גאנצע טעג נאָכאנאנז.

ער ענטפערט אף יעדן באקומענעם בריוו. דער קסאוו איז בא אים א פּערלדיקער. א װוּגי דערבארער קסאוו!

--- פּאפּוליע! -- בעט איך בא אים. -- שרײַב מיר איבער די פּראָגראם פאר די עקזאמענס מיט דײַן קסאווי..

ער שרײַבט איבער.

ווען דער פאָטער האָט זיך אומגעקערט פון פּעטערבורג, האָט ער אונדז דערציילט, װאָס פאר אן אײַנדרוק עס האָבן געמאכט אף אים די רוסישע שרײיבער, מיט וועלכע ער האָט זיך דאָרט באקענט.

-- לעאָניד אנדרייעוו איז מיר ניט געפעלן. א קאלט פּאָנעם. מאקסים גאָרקי --- א מעגושעמ- דיקער, מיט מעגושעמדיקע הענט און פיס. א ווילער ,גוי"! אן אויסגעצייכנטער!. א טײַע- רער ,גויי!

עס איז געבוירן געװאָרן נאָך איינער -- נומע, נוטשיק. איצט זיַנען מיר זאלבעזעקס.

5. אף די קיעווער גאסן --- פול מיט מענטשן. דער קייסער האָט געשאָנקען א קאָנסטיטוציע!

דער פאָטער איז שטארק אופגערודערט, אופגערודערט מער װי אלע איבעריקע.

און אין אָװנט --- א ייִדישער פּאָגראָם. דער באװוּסטער האָטעל ,אימפּעריאל", װוּ עס האָבן זיך געראטעוועט ייִדן פון אלע עקן שטאָט. דעם שווייצאר האָט מען אונטערגעקויפט. איצט שטייט ער בא דער טיר מיט אן איקאָנע. מיר זײַנען אויך דאָ, אין האָטעל...

דער קייסער האָט אָפּגענארט.

דער פאָטער, בלייך װי דער טויט, גייט ניט אוועק פון פענצטער. ער שטייט און קוקט, װאָס עס קומט פאָר אף דער גאס...

דער דאָזיקער אָװנט האָט געלייזט אונדזער גוירל. מיר פארלאָזן אי קיִעוו, אי רוסלאנד -- מיר עמיגרירן.

אָן געלט, אָן פּלענער, מיט אזא מישפּאָכע, מיט די פּערענעס -- מיר פאָרן, און פאָרן.

װוּהין?

ערגעץ-ווו! ערגעץ-וווּ, װאָס װײַטער פון דעם לאנד, װוּ דער פאָטער האָט, שטייענדיק באם פענצטער, געזען דאָס, װאָס ער האָט געזען...

דער טאָג פון אונדזער אָפּפאָר איז געווען דער טאָג, ווען מע האָט געשטעלט די כופּע בא מײַן עלטערער שװועסטער, טיסי. בא אונדז אין דער מישפּאָכע האָט זיך באוויזן א נײַער מענטש -- בערקאָוויטש.

3* 46

ווען מיר האָבן זיך באגעגנט מיט אים צום ערשטן מאָל, האָבן מיר זיך אפילע ניט פאָרגע- שטעלט, װאָס פאר א ראָל אָט דער מענטש װעט שפּילן שפּעטער בא אונדז אין דער מישפּאָכע, װי נאָענט ער װעט ווערן דעם פאָטער, וי טיף ער װעט זיך צונויפלעכטן מיט אים. און מיר, קינ- דער, וועלן דארפן אָפּטרעטן אים דעם אױבנאָן לעבן דעם פאָטער און וועלן עס טאָן אָן איבעריקע רייד און טײַנעס, װײַ?ל מיר װעלן דערפילן, אז דאָס דאָזיקע רעכט האָט אים געגעבן זײַן גרויסע ליבע צום פאָטער.

דער ערשטער עטאפּ פון עמיגראציע -- די עסטרײַכישע גרענעץ, בראָד.

-- דאנקען גאָט! איבערגעקומען די גרענעץ! -- זאָגט נערוועז דער פאָטער.

מיר זײַנען צעטומלט. ארום א ראש, א הארמידער, באלעגאָלעס שלעפּן אונדז בא די פּאָלעס. אין דעם הו-הא האָבן מיר פארלאָרן די זאכן, און װאָס זאָלן מיר טאָן מיט די פּערענעס?

מיר ראטעווען זיך קיין לעמבערג. דאָרט איז דער ערשטער גרויסער אָװנט, און מיר זעען דעם פאָטער צום ערשטן מאָל פאר א גרויסן אוילעם. מיר הערן אפּלאָדיסמענטן. מע כאפּט אים אונטער, מע טראָגט אים אף די הענט. און דער קליינער נומע דערשרעקט זיך. ער וויינט: װוּהין טראָגט מען עס אוועק זײַן פאפּע?

צו אונדז קיין לעמבערג קומט צו פאָרן מיכאעל קויפמאן, מײַן צוקינפטיקער מאן.

דער טאטע, בערקאָוויטש, טיסי און איך --- אלע צוזאמען פאָרן מיר ארום איבער די גאלי- ציאנער שטעטלעך, װוּהין דעם פאָטער לאדט מען אײַן לייענען זײַנע ווערק. נאָך יעדן אָװנט -- א פּראָװינציעלער באנקעט: אן אײביקער קוואל פון כאָכמעס און געלעכטער פאר אונדז אלעמען.

דער פאָטער איז אן אויסגעצייכנטער פאָרלייענער! ער לייענט זײַנע װערק פּרעכטיק.

עס זיצט זיך אונדז ניט אף אן אָרט. מיר פאָרן װײַטער. אָט זײַנען מיר שוין אין דער שווייץ, אין זשענעווע.

מיר זיינען פארפאָרן קיין רוט-קאראָלין, װוּ עס איז זײַנערצײַט געווען יעדער רוסישער רעװאָליוציאָנער. מיר לויפן אף מיטינגען. מיר הערן לונאטשארסקין און פּלעכאנאָװן. ווערא פיגנער שענקט אונדז אירע פאָטאָגראפיעס מיט אן אופשריפט. מיר לייגן אײַן די װועלט צו קריגן אן אָרט אף וו. אי. לענינס לעקציעס... דער טאטע איז אויך מיט אונדז.

-- אָט װעט איר זען, -- זאָגט ער, -- אין רוסלאנד ועט נאָך זײַן א גרויסע רעװאָליוציע. נאָר וי דערלעבט מען שוין דערצו? װוי?

אָבער ניט דער פאָטער, ניט די מוטער קאָנען ניט בלײַבן אין זשענעווע. ניין, דער פאָטער קאָן זיך ניט פארגינען ארומשפּאצירן איבערן ברעג פון דער שיינער זשענעװוער אָזערע. מע דארף געלט. מע דארף פאָרן קיין אמעריקע... דער מאמען ווילט זיך זייער ניט. מיר זעען, װי זי וויינט שטילערהייט... זיי פאָרן אוועק אינדרײַען: דער פאָטער, די מוטער און דער קליינער נומע.

דער פאָטער שרייבט אונדז פון ניו-יאָרק -- אלעמען איניינעם און יעדן באזונדער. ער שרײַבט א סאך, מיט הומאָר, אינטערעסאנט און מונטער. און, װי שטענדיק טרויעריק, שרײַבט צו א פּאָר ווערטער די מוטער.

נאָר אָט קערן זיי זיך אום, אָט שפּאצירט שוין דער פאָטער איבער פּלען-פּאלע מיט מענדע- לען, -- אי דער , זיידע" אי דאָס ,אייניקל" זײַנען פארטיפט אין א שמועס. נאָר, מיר דוכט, ניטאָ באם פאָטער דאָ, אין זשענעווע, יענע האָפּערדיקײַט, װאָס פריִער. עפשער האָט ער כאראָטע, װאָס ער איז אוועק פון רוסלאנד?

צו אונדז צוגאסט איז געקומען צו פאָרן דער פּאָעט כאיִם-נאכמען ביאליק. ביידע, סײַ דער פאָטער, סײַי ביאליק, פירן זיך אוף וי כיידער-ייַנגלעך. די שטוב איז פול מיט געלעכטער, און דאָ מאכט זיך נאָך א מײַסע מיט א פּאָר שטעקשיך, וועלכע ביאליק האָט פארגעסן, אװעקפאָרנדיק. דער טאטע האָט זיי פאָטאָגראפירט און אוועקגעשיקט צוזאמען מיט א בריוו (אף ייִדיש:

אײַ, ביאליק, ביאליק!

איר זײַט אוועקגעפאָרן און -- וי אין וואסער ארײיַן. ויאזוי שרײַבט דאָס ניט א מענטש א בריוול? איך האָב צו אײַך, זאָלט איר וויסן, א גרוס,. טרעפט פון וועמען? פון אײַערע שיך, פון אײַערע שטעקשיך. אף מאָרגן נאָך אײַער אָפּרײַזע פון דער שווייץ בין איך אופגעשטאנען, וי אלעמאָל, גאנצפרי און, װי אלעמאָל, אָנגעבױיגן זיך אונטערן בעט נאָך מײַנע שיך. איך טו א קוק -- א פּאָר שיך, גאנץ אומבאקאנטע שיך, קעסטלדיקע שטעקשיך מיט לעדערנע נעזלעך. איך באטראכט די שיך -- נאָך גאנץ גוטע שיך, נײַע שיך!

4

וועמעס איז דאָס שיך? ערשט עס לאָזט זיך אויס א מײַסע: ס'איז ביאליקס שיך! װי קומט אהער ביאליקס שיך? מיסטאמע האָט ער פארגעסן די שיך? און עפשער האָט ער דאָס מיר געלאָזן א מאטאָנע זײַנע שיך? בעקיצער, ס'איז געװאָרן א טאראראם אין שטוב: שיך-שיך, שיך-שיך!. קוידעם האָט זיך באוויזן טיסי און איז ארויס מיט א טײַנע, אז די שיך דארפן זײַן אירע שיך. איר בערקאָוויטש איז מיט ביאליקן גאָר איינס, קומט איר די שיך. איז ארויס די צווייטע מײַנע, ליאלי, די, װאָס שטודירט אף דאָקטער מעדיצין:

די שיך דארפן זײַן, אלפּי-יוישער, זאָגט זי, אירע שיך. װאָס איז די מײַסע? אזוי, זי האָט ניט קיין שטעקשיך. זי האָט שוין, זאָגט זי, לאנג כיישעק קויפן שיך. זאָגט עמא, די דריטע הייסט עס, אז די שיך מעגן זײַן אירע שיך, װאָרעם זי האָט אוואדע ניט קיין שיך! טײַנעט די קלענערע, מארוסי,-אז איר נעשאָמע איז אויך ניט פון קלאָטשע, די שיך זײַנען גוט אף איר אויך.

דערהערט נומטשיק, אז מע רעדט פון שיך, וויל ער גאָר ניט וויסן, װאָס פאר שיך, און צעשרײַט זיך: מאמע, איך יל שיך! פונעם געפּילדער כאפּט זיך אוף מישא און מאכט א פּאָגראָם!

די שיך, זאָגט ער, זײַנען זײַנע שיך, װאָרעם ביאליק איז ניט געשלאָפן מיט קיינעם, נאָר מיט אים, געהערן אים די שיך ,,אלפּי-סאָוועסט?.

דער פאָטער האָט באקומען א מאטאָנע א טאשן-זייגער, א זייגער אזוינס וי אזעלכעס: יעדע =

פערטל שאָ שפּילט ער א זיסן ניגן. יעדע רעגע נעמט דער טאטע אים ארויס פון קעשענע, לייגט צו צום אויער און הערט זיך צו...

דאָ, אין זשענעווע, ווערט אָרגאניזירט לעקאָװעד דעם פאָטער א גרויסער אֶוונט. נאָכן אָװנט האָט די רעװאָליוציאָנער געשטימטע סטודענטישע יוגנט געמאכט אים אן אָוואציע.

דער פאָטער האָט זייער ליב די קליינינקע טאמארע, טיסיס טעכטערל. יעדן אינדערפרי גייט ער אוועק שרײַבן אפן ;רוסאָ-אינדזל", און זי -- מיט אים. דאָרט שרייבט ער, און זי זיצט און קוקט אף אים.

דאָ, אין דער שוייץ, הייבט ער אָן צו שרייבן זײַן אװטאָביאָגראפיע -- ,פונעם יאריד", וועלכע עס איז אים ניט באשערט געוען צו ענדיקן.. און דערפירן זי ביזן סאָף האָט ער אזי געװאָלט!

איך פארלאָז די שווייץ די ערשטע, און דער טאטע זאָגט, אז מיר װועלן זיך טרעפן אין רוס- לאנד. געטראָפן האָבן מיר זיך... אין באראנאָוויטש! איך האָב אים קוים דערקענט -- אן אויסגע- דארט פארוואקסן פּאָנעם... אויסגעלאָשענע אויגן...

זײַן טריומפאלע יאזדע איבער די רוסישע שטעט, װוּ ער האָט געלייענט זײַנע ווערק און ווּ דאָס פאָלק האָט אים באגעגנט מיט ענטוזיאזם, מיט אויסערגעוויינלעכער ליבע, װי א פאָלקס- שרײַבער, האָט זיך געענדיקט טראגיש.

לייענענדיק אף אן אָװנט אין דעם שטעטל באראנאָוויטש, האָט ער צום ערשטן מאָל זיך באגעגנט אויג-אף-אויג מיט זײַן מאיעסטעט, דעם מאלעך-האמאָוועס. טובערקוליאָז. די גאנצע באראנאָוויטשער יוגנט האָט פון פרי ביז נאכט, לויט דער ריי, געוואכט בא זײַן געלעגער. דאָס מאָל האָט מען אים געראטעוועט.

מיט א שוואכער שטים פרעגט ער בא מיר, װאָס שרייבט מען אין די צייטונגען ועגן זײַן קרענק.

-- נומטשיק! (מיט אים זיינען די מוטער און נומטשיק) --- ווענדט עֶר זיך צו דעם קליינעם, צו נומען, -- אנו, זינג איר אויס {לותגח ,ה6086010. אָט וװועסטו באלד עפּעס הערן..

נומע שטעלט זיך אוועק אין א פּאָזע און שרײַט מיט באנומענע קוילעס, דאָס זינגט ער אזוי:

והת ,ה081610) ...0-60-880ו //23-611-70ק 1132

זייער קאָמיש!..

-- אוי! כ'וועל ניט אויסהאלטן! -- לאכט דער פאָטער מיט א שוואך געלעכטערל און האלט זיך באם בויך. -- נו, לאָמיר ריידן וועגן פריילעכערע זאכן... ניט וועגן דער קרענק...

מיר פּראװען זײַן פינף-און-צוואנציק-יאָריקן יוביליי -- טעלעגראמעס פון אלע עקן וועלט, און ער, דער יוביליאר, ליגט אין בעט, א קראנקער, און שפּײַט אין א פלעשעלע... א קאטאסטראָפע,

1 שורעס פון דער באװוּסטער אריע פון קאניאַ אין לעאָנקאװאלאָס אָפערע ,פאיאצן".

3--+-9 48

װאָס האָט אופגערודערט די גאנצע מישפּאָכע, איבערגעקערט אלע פּלענער, אינגאנצן געענדערט דעם גאנג פון אונדזער לעבן. איך געזעגן זיך מיס אים, ער פאָרט אוועק מיט דער מוטער קיין איטאליע (קיין ריוויערע, צו דער זון. ער קושט מיך און מײַדט דערבײַ אויס מײַנע ליפּן. עס פארקוועטשט דאָס הארץ.. אָבער איטאליע! דאָרט מוז דאָך געשען א נעס! און דער נעס איז געשען...

ווארשע. די מוטער איז געקומען אהער ,אויסקויפן" צו דעם פאָטערס פינף-און-צוואנציק- יאָריקן יוביליי זײַנע ווערק, וועלכע ער האָט אמאָל פארקויפט בעזיל-האזאָל. אצינד דארף זי זיי אויסקויפן בא די פארלעגער -- די עקספּלואטאטאָרס. זי האָבן אים שטענדיק אָן ראכמאָנעס עקספּלואטירט. ס'איז ניט קיין לײַכטע שליכעס. גאנצע טעג לויפט זי ארום, זעט זיך מיט פאר- שיידענע מענטשן, איז פארטאָן ביז איבערן קאָפּ, נערווירט זיך... מאטריצעס, מאטריצעס, מאט- ריצעס... אָט-אָט און זי איז שוין באם ציל... דעמלט באקומט זי א בריוו פון דעם טאטן (אף רוסיש, וי שטענדיק):

,מײַן טײַערע! איך װאָלט זייער װועלן האָבן אזא כאלאט, װי א. פ-קי. א בלויען, אף רויטן אונטערשלאק, מיט רויטע פרענדזלעך...*

אונטערגעשריבן: , דײַן קונדעס".

די מאמע לייגט אריין דעם בריוו אין איר גרויסן רידיקיול, װוּ זי האלט פארשיידענע פאפירן, בריוו, רעצעפטן... פארפאלן דער כאלאט! אך! איך פיל (איך בין אויך דאָ), װי עס גלוסט זיך אים האָבן אזא כאלאט! פונקט װי מיר גלוסט זיך האָבן די אלע קליידער, װאָס איך זע אין די שוי- פענצטער. צוויי טעג פלי איך ארום איבער ווארשע -- געפונעף א בלויער, אף רויטן אונטער- שלאק, נאָר א שאָד, װאָס אָן פרענדזעלעך. ניטאָ קיין רויטע פרענדז אין גאנץ ווארשע!

:

ווען איך האָב זיך ווידעראמאָל געטראָפן מיט אים אין נערווי, איטאליע (געקומען בין איך אהין שוין נאָך מיין כאסענע), איז ער געווען װוידער דער זעלבער טאטע, א פריילעכער, א מונ- טערער, א לעבנסלוסטיקער, מיט א פריילעכן געלעכטער. ער איז פארברוינט געװאָרן אף דער זון, האָט אינגאנצן אופגעהערט הוסטן, איז געווען פול מיט האָפענונגען...

-- די זון! אלץ די ליכטיקע זוף -- זאָגט ער מיר און קוקט פארליבט אף דער זון.

ער פירט מיך אָנקוקן די פראכט פון איטאליע. א בלויער יאם, א בלויער הימל.

-- דו זעסט די בערג? דעם יאם? דאָס איז אלץ מײַנס! און איך האָב עס אלץ אוועקגעשענקט טאמארען!..

ער שטעלט מיר פאָר מײַנע שוועסטער:

-- דאָס איז עמאָטשקע. מײַן סעקרעטארשע. איך ווייס גאָר ניט, װאָס איך װאָלט געטאָן אָן איר. זי נעמט צונויף מײַנע מאנוסקריפּטן, בריוו, נאָטיצן, זי מאכט בא מיר אָרדענונג.

-- און דאָס איז מארוסקע. זי גיט אכטונג אף מײַן געזונט. זי זאָגט מיר, װאָס איך דארף עסן, וויפל און ווען שפּאצירן... איך פאָלג זי אין אלץ...

אָנגעטאָן אינגאנצן אין װײַסן, שפּאצירט ער איבערן ברעג יאם, איבער דער ,מארינע". נאָך אים -- טאמארע. בא אים אין די הענט -- דאָס באװוּסטע קליינינקע נאָטיץ-ביכעלע, װוּ ער שרײַבט עפעס גיך-גיך, גייענדיק.

-- א שרייבער פון רוסלאנד! -- שעפּטשען פארבייגייער. דאָ, אין נערווי, ווייסן אים אלע טאקע אונטער דעם נאָמען: ,דער שרײַבער פון רוסלאנד".

דאָ זײַנען דאָ א סאך רוסן, א סאך עמיגראנטן, א סאך קראנקע.

אײינמאָל קערט ער זיך אום פון דער ;מארינע", און די מוטער פרעגט בא אים:

-- און װוּ איז דײַן מאנטל?

-- װאָסער מאנטל? -- פרעגט דער פאָטער.

-- דײַן מאנטל... דו ביסט אין אים ארויסגעגאנגען...

-- אך, דער מאנטל... איך האָב אים אָפּגעגעבן א קראנקן. ער האָט ניט קיין מאנטל.

דאָ, אין איטאליע, ווערט נאָך שטארקער די פרייַנטשאפט מיט מ. גאָרקין, וועלכער באקאנט זיך מיט דעם פאָטערס װערק, װאָס זײַנען צום ערשטן מאָל איבערזעצט געװאָרן אף רוסיש.

דער טאטע שרײַבט װוּנדערלעך לײַכט. ער קאָן שרײַבן אומעטום און אין די פארשיידנסטע באדינגונגען. און גלײַכצײַטיק באציט ער זיך גוואלדיק שטרענג צו זײַנע װערק: ער שרײַבט, מעקט, קלעפּט ארײַן, שרײַבט ווידער, מעקט ווידער... און אפילע דעמלט, ווען ער האָט שוין דעם

49

קסאוויאד אוועקגעשיקט, האָט ניט איין מאָל געטראָפן, אז ער האָט געשיקט א טעלעגראם אין רעדאקציע: מע דארף ענדערן עפּעס א װאָרט.

אזוי האָט ער איינמאָל אָנגעשריבן צו מ. קויפמאנען (אין בעסאראביע), אז יענער זאָל אים טעלעגראפיש מיטיילן א נאָמען פון א הונט אף מאָלדאװיש. ער האָט דעמלט געשריבן אין אי- טאליע זײַן ראָמאן ;בלאָנדזנדע שטערן". קויפמאן האָט טעלעגראפירט:

-- טערקוש.

אזוי שטרענג איז ער געווען צו זיך. טערקוש! טערקוש!

דאָ, אין איטאליע, איז פול מיט וועטעראנען פון דער רעװאָליוציע. אלטע, באװוּסטע רעװאָ- ליוציאָנערן. אָט ,, שפּאצירט" הערמאן לאָפּאטין; ער איז דער מאמעס א ;פארערער". ער הלט בא איר די ציין (זי האָט אויך אין נערווי געעפנט א קאבינעט). און אזויווי זי זאָגט זיך אָפּ נעמען בא אים געלט, קושט ער איר די האנט..

אָט וויילט דער טאטע בא אונדז, אין בערלין.

איך שפּאציר מיט אים איבער פרידריכשטראסע, און ער שטעלט זיך אֶפּ לעבן יעדער קראָם, ווו אין פענצטער זיינען אויסגעשטעלט פארשיידענע שרייב-מאכשירים. װי ער האָט עס ליב צו קוקן אף זיי! אויב ניט קויפן, איז כאָטש קוקן, זיך שפּיגלען אין אָט די אלע פעדערס, בלייפעדערס, טינטערס, נאָטיץ-ביכלעך...

מיר שפּאצירן מיט אים איבערן רײַכן קורפורסטענדאם. פאר אונדז גייט עפעס א גראָ דאמע אין א פּרעכטיקן מאנטאָ.

ער כאפּט מיך אָן בא דער האנט און שלעפּט מיך, מיר זאָלן זי איבעריאָגן, אָט די גראָבע

דאמע, און טאקע װאָס גיכער, אבי װאָס ווייטער זײַן פון איר..

באדענװײַלער. א קוראָרט אין שווארצוואלד (דײַטשלאנד). זומער. מיר אלע פאָרן זיך צו" נויף צום פאָטער. טיסי איז שוין פון לאנג דאָרט. און, װי שטענדיק, איז לעבן אים בערקאָוויטש.

איצט לעבט זיך דעם פאָטער לײַכטער. אין רוסלאנד װערן אין טויזנטער עקזעמפּליארן ארויסגעגעבן זײַנע וערק אף רוסיש (איבערזעצונגען); מע איבערזעצט אים אף אלע אויסלענ- דישע שפּראכן. עס באזוכן אים פארשיידענע באװוּסטע פּערזענלעכקײַטן. מענטשף װאָס מער מענטשן! ייִדן! װאָס מער ייד ער בענקט נאָך ייִדן...

אזוי איז זיך בא אונדז קוינע-שעם געווען ;דער ייד פון סארני" -- א ייָד, װאָס האָט געקענט גוט דערציילן פארשיידענע געשיכטעס. דער טאטע האָט אים ניט געלאָזט אװעקפאָרןף אפן רוישיקן דײַטשישן קוראָרט האָט ער געבענקט נאָך א ייִדישער סוויווע.

ער האָט ליב מער אויספרעגן, וי אליין ריידן.

--- אזוי! נו, נו, און װאָס װײַטער?

מיר גייען שפּאצירן אונטער א שירעם (עס גייט א רעגן). דער טאטע, װי שטענדיק, -- גע- ארעמט מיט טיסין.

-- סארא לופט!

-- יאָ... נאָר צו באָיארקע קומט עס ניט...

מיר גייען א קוק טאָן אף טשעכאָווס דענקמאָל, װאָס די רוסן האָבן אוועקגעשטעלט אין בא- דענװײַלער (ער איז דאָ געשטאָרבן).

װוי קומט ער צו זײַן א זיידע? ער וויל ניט, די אייניקלעך זאָלן אים רופן זיידע. נאָר טאטע. און טאקע --- װי קומט ער צו זײַן א זיידע? ער איז דען ענלעך אף א זיידע? קיין איין גראָװע האָר אין קאָפּ.

ער גייט ארײַן אין אונדזערע צימערן און פרעגט:

-- איר דארפט עפּעס?

אין איין האנט איז בא אים א העמערל, אין דער צווייטער -- טשוועקעס. ער האָט ליב אריינ- האקן טשוועקעס און מאכן האטשיקעס צו די טירן.

-- איר דארפט ניט ארייַנהאקן ערגעץ קיין טשוועקל?

און נאָך איין זומער -- דער לעצטער זומער -- אלבעק, א דײַטשישער קוראָרט באם ברעג פון באלטישן יאם. אפן ברעג -- װײַסער זאמד. מיר זײַנען אלע איניינעם, װי דער טאטע האָט

50

ליב. מיר גייען זיך פאָטאָגראפירן, װוײַל, זאָגט ער, ווער ווייסט, ווען מיר װועלן װוידער זײַן אלע צוזאמען און צי װועלן מיר ביכלאל נאָך אמאָל זײַן אלע צוזאמען. צי וועלן מיר?

ניין! מער װועלן מיר שוין ניט זײַן אלע איניינעם, נאָר דערװײַל ווייסן מיר עס ניט. מיר וואלגערן זיך אפן ווייסן זאמד באם געזאלצענעם יאם, מיר דינגען א גאנץ שטיבל בא דײַטשן דער טאטע איז אין א גוטער שטימונג. ביידע אייניקלעך -- פון ביידע זײַטן זיי האָבן אים שטארק ליב.

די דייַטשישע ווירטן קאָכט גרויסארטיקע מיטיקן. אלץ איז אזוי גוט. אלע זײַנען אזוי פריי- לעך. אלע זיינען צוזאמען. דער וועטער איז פּרעכטיק. דער יאם -- מעכייַעדיק.

איינמאָל זײַנען מִיר געזעסן באם מיטיק:

--- מילכאָמע!

און אלע זייַנען אופגעשפּרונגען. מילכאָמע! עס איז דערקלערט געװאָרן מילכאָמע צווישן רוסלאנד און דייטשלאנד!

מיר מיטן טאטן לויפן צום ברעג... מיר לויפן און ווייסן אליין ניט װוּהין.

דער ערשטער, װאָס האָט באשטעטיקט, אז די קאטאסטראָפע איז טאקע געשען, איז דער פּאָעט שנייער. ער שטייט אפן װײַסן זאמד פונעם יאם-ברעג, אין א װײַסן אָנצוג, די שווארצע באָרד איז צעשויכערט פונעם ווינט. נאָך פונדערװייַטן שרייט ער:

-- מילכאָמע! די רוסן האָבן פארנומען קעגיגסבערג... עס זייַנען אָנגעקומען טעלעגראמעס..

דער פאָטער האָט זיך צעבייזערט:;

-- עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן!..

אלזאָ, אין מעשעך פון פינף מינוט איז אלץ געװאָרן טיל-טעל אלע אונדזערע פּלענער האָבן געפּלאצט. קיין רוסיש געלט נעמט קיינער ניט. די דייטשישע וירטן, װאָס האָט אונדז נאָרװאָס דערלאנגט אזא גרויסארטיקן מיטיק, וויל אונדז מער ניט לאָזן בא זיך אפילע אף קיין מינוט ניט... זי פאָדערט, מע זאָל איר איבערלאָזן אלס מאשקן דעם טאטנס װוּנדערלעכן זייגער: יענעם, װאָס שפּילט יעדע פערטל שאָ א זיסן ניגן... אפן װואָקזאל -- אן איבערקערעניש:! בערג באגאזש, וועלכן מיר װעלן שוין קיינמאָל מער ניט זען...

מיר לויפן קיין בערלין. דער אלבעקער װײַסער זאמד ווערט פארוואנדלט אין א בלוטיקן קאָשמאר.

פון בערלין -- קיין קאָפּענהאגען. אפן בערלינער װאָקזאל זעען מיר די ערשטע סאָלדאטן, װאָס װוערן געשיקט אפן פראָנט. הויכע, יונגע, געזונטע גרענאדיאָרן -- איינס-אין-איינס. אין העל-בלויש שינעלן, מיט רוקזעקלעך אף די פּלייצעס, אין מעשענע קאסקעס, גייען זיי פארביי אונדז, װי א לאנגע בלויע סטענגע. זיי זינגען עפּעס זייער א פריילעכע מעלאָדיע --- וי פריילעך ס'איז זיי גיין דעם טויט אנטקעגן.

מיר שטייען און קוקן אף זיי. דער טאטע איז בלייך, דער אויסדרוק פון די אויגן --- אומ- באשרייבלעך. ער זאָגט:

--- מילכאָמע...

איצט גלייבט ער.

קאָפּענהאגען. צופעליק פארטראָגענע אהער, פארלוירענע מענטשן. דער פאָטער איז דער- דריקט. ווידער -- אָן געלט, מיט א גרויסער מישפּאָכע, און װווידער גייט אין פאָדערגרונט ארויס אמעריקע.

קיין אמעריקע!

אונדזער מישפּאָכע צעטײילט זיך. איך פאָר קיין רוסלאנד, און, שיידנדיק זיך מיטן פאָטער, טראכט איך אפילע ניט, אז איך שייד זיך מיט אים אף אײביק, אז איך זע אים איצט צום לעצטן מאָל. אָט שטייט ער א טרויעריקער, די וועג-,קעפּקע* אראָפּגערוקט נידעריק איבער די אויגן..

ער זעט שלעכט אויס. עס פּײַניקט אים א דאָרשט. ער טרינקט אָן אופהער וואסער. ער טרינקט און טרינקט -- און קאָן ניט שטילן דעם דאָרשט. װוּ נאָר ער דערזעט א קראן, דרייט ער אים אָפּ, מאכט פון א שטיקל פּאפּיר א טעפּעלע און טרינקט.

3 מײַ 1916.

אָדעס. פרילינג. עס בליִען אקאציעס. די לופט איז פוֹל מיט זיסע רייכעס. איך שטײי בא אונדז אפן באלקאָן. אקאציע-צוויט הענגט אזוי נידעריק, אז מע קאָן אים אָנרירן מיט דער האנט.

פּלוצעם א טעלעגראם פון ניו-יאָרק! געוויס, א באגריסונג צו מײַן געבורטסטאָג. מאָרגן איז מײַן געבורטסטאָג...

51

דריי ווערטער, אף אן אומבאקאנטער שפּראך: .5101 עעסט 2808:*. (;דער טאטע איז זייער קראנק") און גלײַכצײַטיק -- א טעלעגראם צו ראווניצקין און ביאליקן: ;געשטאָרבן שאָלעם-אלייכעם". דעם דרייצעטן מײַ טויזנט נײַן הונדערט זעכצעטן יאָר.

פאראן א װײַטע דאטשע אפן באָלשאָי פאָנטאן אין אָדעס: די דאטשע פונעם קינסטלער

באָדארעווסקי.

קליינע שטיבלעך, געדעקטע מיט שטרוי.

אין איין שטיבל װוינט ביאליק מיט דער מישפּאָכע. אין דעם צווייטן אנטקעגן --- מיר.

איך בין אליין, דער מאן האָט זיך נאָך ניט אומגעקערט פון שפּיטאָל. בעלאָטשקע שפּילט זיך בא מײַנע פיס. איך זיץ אף דער וועראנדע און טראכט וועגן אים, איך טראכט, װאָס טוט זיך איצט אין דער היים, אין ניו-יאָרק, װי האָט דאָס איבערגעטראָגן די מוטער, די שוועסטער...

פונדערװײַטן באװײַזט זיך ביאליק. ער האָט זיך אומגעקערט פון שטאָט. ער האלט אין האנט א צײַטונג און פאָכעט מיט איר:

-- ליאלי! די צאװאָע! שאָלעם-אלייכעמס צאװאָע!..

און טאקע דאָ, אין גאָרטן, אף דער וועראנדע לייענען מיר, איבערגעבויגענע איבער דער צײַטונג, צום ערשטן מאָל די צאװאָע.

איך בין אליין. אין האנט בא מיר איז די צײַטונג, װוּ ס'איז צום

ס'איז צום ערשטן מאָל אָפּנעדרוקט די צאװאָע. איך זיץ, קוק אף איר און וויין. איינע אליין...

זאַס הוז אין קיִעװ, באַלשאיא וואסילקאַװסקאיא, 5, װוּ שאַלעםיאלײ- כעםס האָט געװוינט פון 1897 ביז 1904

מוישע אלטמאן

שאַלעם-אולייכעם---

דער מ'יטכ-זײַל פון דע יידישעף ליטעראוטוף

גאנץ מעגלעך, אז עמעצער װעט האָבן צו דערווידערן קעגן דעם טיטל פון דעם ארטיקל: ;װאָס הייסט , דער מיטל-זײַל?? פארענטפער איך מיך: דער אויסדרוק איז גענומען פון העברעיש. אף העברעיש זאָגט מען עמוד התוך (אמוד האטאָוועך), און דאָס באטײַט -- דער צענטראלער, שטארקסטער זײַל, אף וועלכן עס שפּארט זיך אָן דאָס געבײי. אָבער דער זײַל אליין און דאָס געבײַ שפּארן זיך אָן אף עפעס, אָן וועלכן קיין שום געבײי האָט ניט קיין האפט, -- אף דעם פונדאמענט. און שאָלעם-אלייכעם איז, צוזאמען מיט מענדעלען און פּערעצן, דער פונדאמענט. אין דער זעלבער צײַט -- דער מיטלסטער זײַל.

דער פונדאמענט... מענדעלע, שאָלעם-אלייכעם, פּערעץ. ווען ניט זי; ווען ניט זייער שא-

ליטעראטור, קעדיי זי זאָל זײַן דויערהאפטיק, מוז האָבן א באָדן. און דער באָדן איז דאָס פאָלק. פון דעם באָדן מוז זי ארויסוואקסן און צו דעם באָדן גיין. פאָלק איז װירקלעכקײַט, און װירקלעכקײַט פארמאָגט אין זיך ווידערשפּרוכן; סאָציאלע, אינדיוידועלע, מאטעריעלע און גײַסטיקע. באם קינסטלער ווערט די װירקלעכקײַט קונסט. ער שפּיגלט אָפּ די װירקלעכקײַט אין אלע אירע װידערשפּרוכן. און עס אנטפּלעקט זיך דעם קינסטלערס אינדיווידואליטעט, זײַן איי- גענע פּערזענלעכקייט, זיַן אויפן פון זען און הערן, אויך זײַן וועלט-אָנשױיונג.

2

ווען איך טראכט וועגן וועלכן-ניט-איז פון אונדוזערע דרײַ גרויסע קלאסיקער, די פונדא- מענטלייגער פון דער נײַער ייִדישער ליטעראטור, איז אומפארמײַדלעך, אז דער געדאנק זאָל פארקערעווען אויך צו די אנדערע צויי. װאָס איז פאראן בא זיי שוטפעסדיקס? װאָס אונטער- שיידט זיי?

דאָס שוטפעסדיקע, לויט מײייַן קוֹק, איז זייער אָריִענטאציע: די אָריִענטאציע סײַ בא מעג- דעלען, סײַ בא שאָלעם-אלייכעמען און פּערעצן איז -- פאָלק. דערפון דער כאראקטער פון זייער שאפן. זייער קינסטלעריש שאפן איז ניט געווען קיין קונסט לעשעם קונסט, נאָר א פאָרם פון דינען דעם פאָלק. און פונדאנען זייער ר עא ליזם. און זאָל דאָ געזאָגט װוערן אײינמאָל פאר אלעמאָל: פּערעץ איז א רעאליסט, אן אבסאָליוטער רעאליסט, און נאָר קלײינקעפּלדיקע כקירע- ניקעס קאָנען ארײַנטײַטשן מיסטיק אוקעדוימע. פּערעצעס ראָמאנטיק. איז אויך רעאליסטיש..

װאָס אונטערשיידט די דריי פונדאמענטלייגער? די שטעלונג צו דער סוויווע, צו דער געגע- בענער װירקלעכקײַט. מע קאָן אלע דריַי פארעכענען װי קריטישע רעאליסטן (דאָס שליסט ניט אויס דעם עלעמענט ראָמאנטיק). אָבער בא יעדן איינעם פון זיי דריקט זיך אויס די קריטישע באציונג אף אן אנדער אויפן. געפינען מיר בא יעדן פון זי אן אייגנארטיקן נוסעך.

9

נוסעך... דער באגריף האָט זיך שוין פון לאנג אײַנגעבירגערט אין אונדזער ליטערארישער פובליציסטיק. באזונדערס אָפט ווערט ער באנוצט בענעגייע מענדעלען. דער ערשטער האָט עס באנוצט י.-כ. ראווניצקי. און אזוי, דאכט מיר, אין העברעיש, פונוואנען דאָס װאָרט קומט, און װאָס

3

צוריק מיט א פופציק---זעכציק יאָר איז דאָס געווען אין מויל פון פאָלק. װאָס הייסט דאָס נוסעך? אייניקע האָבן עס פארטײַטשט: שאבלאָן. קלינגט עס אָבער ניט אָנגענעם און טאקע אויך ניט ריכטיק. אינעמעסן, װי קאָן מען זאָגן ,מענדעלעס שאבלאָן"? עס איז אומזיניק. אונטער נוסעך האָט דאָס פאָלק פארשטאנען דעם קאנאָניזירטן, געװוינטן מוזיקאלישן פאָרטראָג פון די טפי- לעס. עס איז אָבער אויך גענוצט געװאָרן אין זין פון װ ארייאנט. באזונדערס אין מערצאָל: נוסכאָעס. אנדערע האָבן געטײַטשט (און אבסאָליוט פאלש: סטיל. סטיל איז אין שײַכעס צו ליטעראטור גאָר עפּעס אנדערש.

ווען מיר זאָגן, צב., מענדעלעס נוסעך, דארף מען, לויט מײַן קוק, אויסברייטערן דעם זין פון דעם באגריף. עס איז סײַ ליטערארישע מאניר, סײַ די שטעלונג פונעם קינסטלער לעגאבע זײַן שטאָף, די באציונג צום שטאָף.

און דאָ קומען מיר צום אונטערשיד צװישן זיידן און זײַן געראָטן אייניקל שאָלעם- אלייכעם.

מענדעלעס נוסעך איז מער-וייניק באװוּסט. די מיינסטע פון זײַנע ווערק קריגן אויסדרוק דורך דעם פון אים באשאפענעם װויכטיקסטן פּערסאָנאזש, זײַן שטעלפארטרעטער, דעם מויכער- ספאָרימניק מענדעלע. איך װעל מיר דערלויבן צו באצייכענען מענדעלעס נוסעך אלס ,געשרי- בענעם". זײַן בכאָר אף ייִדיש, ,דאָס קליינע מענטשעלע", איז א געשריבענע צאװאָע פון ייִצכאָק- אװוראָם טאקיף. עס באגייט זיך ניט דאָ אָן דעם , צווייטן איך? דעם זיידנס, דעם קלוגן מויכער- ספאָרימניק מענדעלע, דורך וועמען די געשריבענע צאװאָע דארף קומען צו דער וועלט.

און אז איך האלט דערבײַ, װעט איר מיר דערלויבן א ביסעלע אָפּװײַכן טאקע אין שײַכעס מיט דעם ווערק.

אָט דאָס װערק, דעם זיידנס בכאָר, האלט איך פאר גאָר וויכטיק אין זײַן גאנצן שאפן. די אידיי מאכט עס אקטוע? נאָך איצט, נאָך א פארלויף פון מער וי הונדערט יאָר. אידיי: דער הויכשטאפּלער, װאָס שטרעבט צו טאקיפעס. ער טרעט איבערן אייגענעם געוויסן, איבער קערפּערס און נעשאָמעס פון מענטשן, װאָס האָבן אים מענטשלעך צוגעטוליעט, איבער קערפערס און נע- שאָמעס פון מענטשן, װאָס ער האָט ליב. ער שטרעבט צו טאקיפעס. און מיטן קויעך פון װאָס? מיט װאָס פאר א ;שעם-האמפוירעש"? מיטן קויעך פונעם קליינעם מענטשעלע.

אדאנק דער גליקלעך אויסגענוצטער פאָרם איז אונדזער ערשטער גרויסער קלאסיקער פרײַ פון אָפּװײַכונגען, פון מישפּעטן קאפּצאָנים פון גלופּסק, אויך פריי פון נאטור-באשרייבונגעף װאָס ער האָט גוט גענוצט אין די אנדערע װערק, באזונדערס אין , פישקע". דאָס ווערק פארמאָגט א צילגעווענדטע גאנצקײַט. די הויפּט-אידײי בלײַבט אקטועל. דאָס ניט דערזען מיצאד ליטערא- רישע מעווינים האָט געשטערט, דאָס װערק זאָל ארײַנקומען אין דער וועלט-קלאסיק.

מענדעלעס נוסעך, האָב איך העכער באצייכנט, איז א געשריבענער. אן עכטער קינסטלער, האָט ער א סאך געזען און דאָס געזעענע באשריבן. ניט וויכטיק, װאָס זײַן ,,אלטער עגאָ" (צוויי- טער איך), זײַן מעדיום, דער מויכער-ספאָרימניק רעדט. זײַן ריידן איז ,ביקסאוו-נוסעך". מענ- דעלע זעט, און דאָס געזעענע מישפּעט ער. ער פירט א שװערן פראָצעס מיט דער קנעסעס- ייִסראָעל, מיט קאפּצאנסק און גלופּסק. ער זעט אויך די איינצלנע פּאָזיטיווע פונקען. בא אים זײַנען שוין אָנגעדײַטעט: סטעמפּעניו, הערשעלע אין ,ווינטשפינגערל". ער זעט א סאך, דער גרויסער קינסטלער, אָבער ער הערט פיל װינציקער אין פארגלײַך מיטן זען. עפשער ווען ער װאָלט דערהערט אזוי גוט, װי ער האָט געזען, װאָלט ער ניט געווען אזוי הארב אין מישפּעטן.. און אויך מעגלעך, אז דאָס איז אין דער נאטור פון די זאכן: דער סאטיריקער זעט מער, װוי ער הערט. עפשער איז די אייגנשאפט פון הערן, געפּאָרט מיט זען, אייגנטימלעך דעם הומאָר. שאָלעם- אלייכעם האָט געזען און געהערט... איז ער געקומען מיט זײַן נוסעך.

שאָלעם-אלייכעמס נוסעך...

אפן פריִען עטאפּ פון זײַן שאפן גייט נאָך שאָלעם-אלייכעם אין די וועגן פון נוסעך-מענדעלע. די ,יוגנט-ראָמאנען", ,טײַבעלע"... מע קאָן אויך ,יאָסעלע סאָלאָװויי* און , סטעמפּעניו" טײילװײַז פארעכענען אפן כעזשבן נוסעך-מענדעלע. אָבער אינגיכן באפרײַט ער זיך און קומט מיט זײַן אייגענעם -- דעם רייד-נוסעך (װאָס שטאמט פון זײַן נאטור, פון זײַן הערן...), פון זײַן פענאָמע- נאלן הומאָר, וועלכער אנטפּלעקט זיך אדאנק דעם רייד-נוסעך.

מע מוז, נאטירלעך, נעמען אין אכט, אז צװישן דער מענדעלע-דערפארונג און שאָלעם- אלייכעמס דערפארונג ליגט א מעהאלעך פון א פערטל יאָרהונדערט. דאָס לעבן שטייט ניט אף

54

איין אָרט. די סאָציָאלע באדינגונגען עװאָליוציאָנירן, און די מענטשן מיט זיי. פונעם מויכער- ספאָרימניקס פערד-און-בײַדל, מיט וועלכן ער פאָרט ארום ,אויסזען די וועלט", ביזן ואגאָן דריטן קלאס --- מעג זײַן דער ,ליידיקגייער? -- איז א היפשער פאָלג מיך א גאנג; צוישן קאפּ- צאנסק און קאסרילעווקע, צוישן גלופסק און יעהופּעץ שטייט א פערטל יאָרהונדערט רוסלאנד. און דערצו --- שאָלעם-אלייכעמס דערהערן און זײַן ליכטיקער הומאָר! אָנשטאָט דעם פּאסיוון פּערסאָנאזש און דער פּאסיווער קנעסעס-ייִסראָעל בא מענדעלען, װאָס ווערן דורך דעם סאטירי- קער הארב געמישפּעט, האָבן זיך אנטפלעקט בא שאָלעם-אלייכעמען מענטשן, װאָס זײַנען אקטיוו און מישפּעטן אליין.

פארגלײַכט מען דעם אָרעמען לאטוטניק בא מענדעלען מיט שימען-עליע דעם פארקישעפטן שנײַדער, פארגלײַכט מען הערשעלען מיט מאָטל פּייסיס, װאָס פאר א ליכטיקײַט עס גייט אוף! שוין ניט מער קיין קנעסעס-ייִסראָעל, נאָר א פאָלק מיט פאָלקסמענטשן. אָנשטאָט א הערמעטיש- אָפּגעשלאָסענער, פארגליווערטער מאסע -- אן אָפענע וועלט אין באוועגונג. אָנשטאָט אָפּגע- צייכנטע סילועטן אף מענדעלעס פּאנאָראמע -- געשטאלטן, װאָס שטייען לעבעדיק פאר אונדז, רעגן די פאנטאזיע, באזעצן זיך אין אונדזער זיקאָרן און ווערן שוטפים צו אונדזער דענקען.

און דאָס ווערט דערגרייכט דורך שאָלעם-אלייכעמס רייד-נוסעך און זײַן הומאָר.

און דער רעזולטאט דערפון: אָנשטאָט דעם איינציקן לעבעדיקן געשטאלט, דעם קלוגן מויכער- ספאָרימניק מענדעלע -- א שעפעדיקע גאלעריי געשטאלטן, וועלכע פארבלײַבן אף דוירעס און מיט וועלכע מע קומט צו דער וועלט.

פּ

שאָלעם-אלייכעמס געשטאלטן... מע דארף זיך ארײַנטראכטן אין דעם אָפּט באנוצטן באגריף געשטאלט. און ניט אויסמישן מיט טיפ. מיר זאָגן: טיפּאזש, טיפּיזאציע. דאָס איז פאראלגעמיי- נערונג. געשטאלט, לויט מײַן פארשטאנד, טיילט זיך אויס באזונדער, פארמאָגט מער דימענסיעס. דער טיפּ איז כאראקטעריסטיש פאר א באשטימטער צײַט אין א באשטימטער סוויווע. דאָס גע- שטאלט הייבט זיך אוף און טיילט זיך אויס פון דער סוויווע. עס כאראקטעריזירט מער וי דער טיפּ. דאָס געשטאלט, קינסטלעריש געפורעמט, איז דויערהאפטער, װי דער טיפּ. געשטאלט גייט אין דער טיף, צום קלאל-מענטשלעכן, צום פאָלק.

עס איז קעדײַ צו פארגלײַכן די שילדערונג פון געשטאלטן טאקע בא מענדעלען און שאָלעם- אלייכעמען. מע דארף אפילע ניט אָנקומען צו די גרעסערע געשטאלטן שאָלעם-אלייכעמס, וי טעוויע, שימען-עליע, שימעלע סאָראָקער, מענאכעם-מענדל אאוו. נעמען מיר, דאכט זיך, א קלייני- קײַט, װאָס בלײַבט ס'ראָוו ניט באמערקט. דער זיידע שפעט אָפּ פון קאפּצאנסקער טוישווים מיט זייערע ווינטשעוואניעס. נאָר מע האלט אין איין ווינטשעווען זיך. און דערבײי בלײַבט מען. פאר- גלײַכט עס מיט אן ענלעכן מאָמענט בא שאָלעם-אלייכעמען (,א וויגרישנע בילעט"). דער אָרעמער מעלאמעד ראכמיעל גייט , גוט-יאָמטעװו ביטן? צו נאָך אזא אָרעמאן ייַסראָעל דעם שאמעס. גענו- מען א גלעזל מאשקע, מיסטאם וויפל א פינגערהוט. עס איז גענוג, אז ראכמיַעל מעלאמעד זאָל ארײַן אין העכערע אוילעמעס. ער געזעגנט זיך און, װי דער שטייגער, הייבט אָן ווינטשעווען. ער שיט אויס אלע געװווינטע ווינטשעוואניעס, אָבער עס איז אים װינציק. ערגעץ ליגט אים אף דער צונג א גרויסע בראָכע. ער פּלאָנטעט: ,און ס'זאָל זײַן"... און נאָכאמאָל דאָס אייגענע. און אָט, זי איז דאָ:

-- און מאָשיִעך זאָל קומען!..

מיר לייענען און לאכן. (לאכן איז געזונט!) אָבער נאָר א שמאָלקעפּלדיקער כאָכמאטש װעט אָפּלאכן אָדער אויסלאכן. װער עס קאָן טיפער טאָן א טראכט, װעט דערזען און דערהערן די קאװאָנע שאָלעם-אלייכעמס. דער אָרעמער קאסרילעווקער מעלאמעד -- און א גרויסער טרוים, װאָס קער זיך אָן מיט דער וועלט, מיט דער גאנצער ערלעכער מענטשהײַט: מאָשיִעך.. דער ;טרוים פון אויסלייזונג? ניט נאָר פון ייִדן, נאָר פון דער גאנצער מענטשהײַט. אויס קינע-סינע, אויס מילכאָמעס, אויס בלוט-פארגיסונג. ,און מאָשיִעך זאָל קומען"... װי דערהויבן עס ווערט דער בידנער מעלאמעד!

געוויס דער האסקאָלע-עפּיגאָן װעט פרעגן: און װאָס טוט ער, דער מעלאמעד, אז , מאָשיִעך" זאָל קומען?

עס איז פאראן א סאך װאָס צו ענטפערן דעם כאָכעם פון דער מאנישטאנע. איך װאָלט מיך באנוגנט מיט איין ענטפער: און װאָס װוילט איר, ער זאָל טאָן, ראכמיעל דער מעלאמעד?.. און טאקע, װאָס אזוינס טוט איר, פּאניע כעלעמער? עס בלײַבט א געשטאלט. ניט פון קיין העלד פון

55

טאט. נאָר א טיף-מענטשלעך געשטאלט, און מיט נאציאָנאלן קאָלאָריט. און דאָס איז אדאנק עטלעכע געציילטש ווערטער.

װאָס זשע האָט זיך דאָ געענדערט? עס האָט זיך געענדערט די שטעלונג צום שטאָף. מענדעלע האָט געזען, שאָלעם-אלייכעם האָט געזען און דערהערט. און דאָס האָט אים געמאכט צום געניאלן פאָלקס-שרײַבער. צו דעם איז שוין זויכע ניט יעדער קינסטלער און אפילע ניט יעדע גרויסע ליטעראטור. ער האָט אנטדעקט דעם לעבנס-אפּעטיט פונעם פאָלק און דורך דעם פאָלקסמענטשן עס ארויסגעבראכט קינסטלעריש צו דער שײַן. די פאָלקס-ענערגיע האָט געפונען אויסדרוק (לעבעדיקן אויסדרוק:) דורך דעם פאָלקס-מויל, דורך זײַן שפּראך. דאָס פאָלק -- אליין דער קינסטלער. עס האָט זיך באשאפן דורך שאָלעם-אלייכעמען א נײַער עפּאָס מיט א ברייטן פארנעם. דער עפּאָס פון א ייַדיש פאָלק מיטן קוק צו דער וועלט.

דורך זײַן, דעם פאָלקס, אינסטרומענט -- דורך דער שפּראך.

די באזונדערקײַט פון שאָלעם-אלייכעמס לאָשן... לאָשן, װאָס איז לעבן.

איך מוז דאָ אָנקומען צו א באװאָרעניש. און דעהיינע: מע דארף זײַן פאָרזיכטיק מיט פאָרמו- לירונגען. יעדע פאָרמולע, װאָס פּרעטענדירט אױיסשעפּנדיק צו כאראקטעריזירן א גרויסן ש יאר לעבנס-ווערק, וי שיין זי זאָל ניט קלינגען, טראָגט אין זיך א געפאר. די געפאר? עס כאפּט זיך אָ אין איר דער אמאטאָר און דער סנאָב. פארטיק, ער האָט שוין די פאָרמולע...

אף איינער װעל איך דאָ אָנװײַזן. אזא פיינער פּאָעט און קולטור-מענטש, וי יעהױאָש, האָט א שפּיל געטאָן מיט אזא פאָרמולירונג: ,פּערעץ איז געקומען צו פרי, שאָלעם-אלייכעם צו שפּעט. ווען שאָלעם-אלייכעם קומט אין פריערדיקע צײַטן, װאָלט ער געווען געװאָרן א בארד און פאר- בליבן אנאָנים". עס קלינגט שיין און לאָקט. און עס איז פאלש. א פּערעץ, סײַ שאָלעם-אלייכעם זײַנען געקומען צו דער צײַט, און ביכלאל קומט ניט קיין שום עכטער שעפער צו פרי אָדער צו שפּעט.

איך װאָלט ניט געװאָלט, אז דאָס געזאָגטע אין מײַנע לויפיקע באמערקונגען זאָל אָנגענומען ווערן װי א פאָרמולע, נייערט וי איינע פון די מעגלעכע אספּעקטן, וי איינע פון די מעגלעכע פּריזמעס, דורך וועלכע מע קאָן שאצן די שאפונג פון שאָלעם-אלייכעמען און זײַן אונטערשייד פון מענדעלען.

: ער איז געזאָגט געװאָרן וועגן אונטערשייד, צװוישן אנדערן אויך (איך האלט עס, לויט מײַן 0 פאר גאָר וויכטיק!) אָט דאָס: מענדעלעס נוסעך איז א געשריבענער, א שרייב-נוסעך, שאָלעם-אלייכעמס -- א רייד-נוסעך.

שאָלעם-אלייכעמס פּארשוינען -- פאָלקסמענטשן -- כאראקטעריזירן זיך דורך זייער איי- גענער שפּראך. מע דארף נאָר דערהערן. און שאָלעם-אלייכעם האָט דערהערט און אויך געמאכט הערן און דורכן הערן -- דערזען. דערזען לעבעדיקע מענטשן מיט א לעבנס-אפעטיט. געשטאלטן. און דערמיט איז אופגעלייזט געװאָרן די ,קנעסעס-ייַסראָעל?. אָנשטאָט א באשריבענער קנעסעס- ייִסראָעל -- א לעבעדיק, ריידנדיק, דערציילנדיק פאָלק.

א פאָלק האָט זיך צערעדט. מענער און װײַבער. זיידע-באָבעס און קינדער. מע רעדט ועגן זיך און וועגן אנדערע. מע האָט צו דערציילן און צו דערציילן. און -- מע האָט האנאָע פונעם דערציילן און פונעם הערן.

ייִדן פאָרן מיט ,פּעקלעך". פּעקלעך צאָרעס און יעסורים. אפילע אזא װאָכעדיקער אוילעם וי װאָיאזשאָרן. און אז מע לייענט, קאָן מען האָבן דאָס געפיל, אז דער איקער טאקע פון פאָרן -- איז דערציילן א געשיכטע און הערן א געשיכטע.

דאָס פאָלק איז געװאָרן קינסטלער-דערציילער. א נײַער עפּאָס איז געשאפן, א שאָלעם- אלייכעמדיקער. און װי די שפּראך אינדיווידואליזירט און כאראקטעריזירט דאָס געשטאלט!

מירן אָנכאפּן א קלײיניקײַט (ברייט דערמיט זיך פארנעמען װאָלט פארלאנגט א גרויסע ארבעט). מענאכעם-מענדלס א בריוו צו שאָלעם-אלייכעמען (זע ,בעכיפּאָזן"). פאראן דאָרט אן אָרט, ויאזוי די שוויגער באגעגנט איר גאסט, ווען ער פאלט פּלוצעם אראָפּ פון זײַנע וואזשנע קאָמבינאציעס אין יעהופּעץ צי אין אָדעס אהיים ערעוו פּייסעך:

;סקאָצל קומט, מע האָט דערמאָנט מאָשיִעכן... אָט איז עֶר דאָ, דער געניידעם... אז עס גייט ניט אין העזעק, זוכט זיך עס אָפּ... א ציג אנטלויפט, א הון ווערט פארפאלן, און א מאן קומט צו פאָרן... צוריק קומט מען ניט נאָר פון יענער-וועלט... סע זאָל ניט זײַן ערעוו פּייסעך, װאָלט איך צעװאָרפן דעם אויוון... ניט אומזיסט האָט זיך נעכטן די קאץ געוואשן און דער הונט האָט אופגע-

==

=

6

געסן די קישקעלעך... שיינע-שיינדל, טאָכטער, אנו, קום אהער, אָט איז ער, דער טאכשיט דײַנער, די גילדענע קרוין פונעם קאָפּ, דאָס אָרנקוױדעשל אונדזערס, נעם גיס אויס די פּאָמעניצע!."

א קלײיניקײַט, אָבער מיט דעם באָרוך-האבאָ, װאָס די שוויגער באגעגנט איר גאסט, איז זי -- איך װאָלט געזאָגט: קלאסיש כאראקטעריזירט, סײַ זי, סײַ איר קוק אף איר שלימאזל מענאכעם- מענדלען. עס שטייט לעבעדיק א געשטאלט. און א געשטאלט איז נאָר דאָס, װאָס שטייט פארן גײַסטיקן אויג לעבעדיק.

שאָלעם-אלייכעמס פארשוינען זײַנען ניט סטאם ייִזן, װאָס קאָנען אָפּלעבן מיט ,עט* און ;בע" (לויטן קוק פונעם קלוגן מױיכער-ספאָרימניק). שאָלעם-אלייכעם האָט ארויסגעלאָזט גאנצע באן-באשטאנדן מיט ריידנדיקע, דערציילנדיקע ייִדן, װאָס קערן זיך אָן מיטן ארום. איר טרעפט דאָרטן -- וועמען ניט? א גאלעך מיט א לאָטערײ-בילעט (,פינף און זיבעציק טויזנט"), דעם פּריסטאוו פּליסעצקי, אָכרים דעם אָגאָראָדניק און ייִדן מיקאָל האמינים. ער האָט אין קיינעם ניט פארגעסן. און עס האָט זיך אנטפּלעקט א פאָלק. זיך אנטפּלעקט צו זיך און צו דער וועלט, מיט אן אייגענער שפּראך, א ניואנסן-רײַכע, װאָס מאכט טרויערן און לאכן, מיט ליכט און רױימלעכקײַט געראמער. עס האָט אָפּגערעדט פאר דוירעס שװײַגן, פאר אלע באָנצי שװײַגס. און דאָס ריידן איז ניט סטאם רייד, עס איז --- טאט.

דאָס איז שאָלעם-אלייכעמס באזונדערקײַט. איז זײַן װערק אײביק, װי דאָס פאָלק. און אז עס באפאלן אמאָל צווייפלען: דאָס ייִדישע פאָלק איז אויסגעהארגעט, גרויסע כאכאָמים זאָגן אונד אָפּ דאָס לעבן און נאָך און נאָך, װאָס ניט דאָ איז דאָס אָרט אויסצורעכענען, איז גענוג זיך אומצו- קערן צו שאָלעם-אלייכעמען, אז אלע צווייפלען זאָלן פארשווינדן.

מיר האָבן שאָלעם-אלייכעמען. דאָס פאָלק, שאָלעם-אלייכעמס פאָלק, מיט זײַן אָפענעם קוק צו דער וועלט, מיט זײַן שוטפעס צו דער וועלט, לעבט און װעט לעבן.

| אויזער האָלדעס |

ראיוינעס וועגן אונדזער פּאָלקס-שרייטער

שרײַבן וועגן שאָלעם-אלייכעמען איז גרינג און עס איז שווער. גרינג, װוייל ער איז א גאָטס- געבענטשטער הומאָריסט, יי ר ;יפס א צוגענגלעכער, דורכזיכטיק א

-+ע-ע

קער, דעם פּראָפּעסיאָנעלן מייוון. ווער זעט דל די הע מי פונעם ימ טע שפיט וו דער

פארטיקער בריליאנט שעמערירט פאר אײַך און שפילט מיט אלע קאָלירן פון רעגנבויגן? אינדער-

עמעסן, װאָס מער מע פארטראכט זיך איבער שאָלעם-אלייכעמס שאפונגען, אלץ טיפערע טכּן

אנטשטייען פאר אונדז. אָט וועגן זיי ווילן מיר טאקע טיילן זיך איצט מיטן לייענער. שאָלעם-אלייכעם איז געוויס דער מײַסטער פון װאָרט-הומאָר. צוליב זײַנ

לערישע מייסים האָט ער ארויסגעבראכט פונעם װאָרט אזא הומאָריסטישן צ

שן צוגאָ

וט ע אידייייש-:קינסט- ב-אינהאלט, װאָס

האָט זיך ניט געכאָלעמט די געניטסטע שפּראכקענער. ער איז אײנצײַטיק -- און ניט אין קיין קלענערער, מעגלעך, אין א גרעסערער מאָס --- דער גלענצנדער מײַסטער פון סוזשעט-בויונג אין א הומאָריסטישער ריכטונג. זײַנע פּלעפנדיקע סיטואציעס זײַנען װאָרהאפטיק, ארויסגעכאפּט פון לעבן, זיי זײַנען װי קריסטאלן פון לעבן. ניט אומזיסט האָט מען אין א ייִדישער סוויווע, בא אן אויסט; ר געשעעניש, געהאט א טעווע צו זאָגן: ;ס'א שיינע מײַסע, ס'איז נאָר פאר שאָלעם-

ע = אלייכעמען". מע האָט געגלייבט און מע גלייבט אדהײַעם (איצט שוין ניט בלויז אין א ייִדישער, שאָלעם-אלייכעם װאָלט ,אזא סאָרט געשעעניש ניט

"אינו זא | -

נאָר אין א א ציָאָנאלער סוויווע), אז דורכגעלאָזט?.

א שלאל מיט פארביקע אָריגינעלע סוזשעטן, א מאבל מיט סיטואציעס פארפלייצן שאָלעם- אלייכעמס ביכער. ווען איך יל ברענגען מוסטערן, בין איך אין פארלעגנהײַט, -- אזא אויסוואל עפנט זיך פאר מײַנע אויגן. איז לאָמיר זיך פארגינען כאָטש א קורצן שפאציר טאָן איבער זײַנע סוזשעטן.

דאָס איידעמל אף קעסט, וועלכער פאָרט קיין ראדאָמישל נאָך פּאפּירן וועגן פריזיוו-אָנגע-

לעגנהײַטן און אפן וועג, אין דער קרעטשמע, פארכאפּט ער מיט זיך א בארמינען, דעם קרעטש- מערס װײַב. ער יל העלפן דעם אָרעמען קרעטשמער, װאָס איז געבליבן מיט פּיצלעך קינדער אף די הענט, זי ברענגען צו קװוּרע. יענער איז אים מאפּטיעך, אז ער װעט האָבן אוילעם-האבע פאר דער מיצווע... מיסטאמע געדענקט איר, װאָס פאר א הארב שטיקל אוילעם-האזע ער האָט געקראָגן -- זײַנע מאטערנישן מיטן מעס, די כשאָדים, װאָס פאלן אף אים, דאָס געלט, װאָס מע מאָנטעט בא אים אויס. עס איז צום לאכן און צום וויינען. און עס איז באלערעוודיק. דערמאָנט זיך אין דעם ;רירנדיקן אליאנס" פון די פײיַנע ייִדן, די ,טובי העיר" מיטן זשאנדארם און פּרי- סטאוו. דער סוזשעט, די סיטואציעס אין ,אוילעם-האבע" זײַנען סענסאציאָנעל, אָבער דאָס סענסאציאָנעלע דינט ניט גלאט צום שאפן א ציקאווע געשיכטע, עס ברענגט ארויס די גרונט- שטריכן פון צײַט און סוויווע אין זייער טאָגטעגלעכקײַט.

אין ,פינף און זיבעציק טויזנט" קייטלט זיך דער סוזשעט ביז צום קולמינאציע-פּונקט, ווען סע פּלאצט דער לופטבאלאָן און פון אלע גליקן לאָזט זיך אויס א בוידעם, נאָך מיט ביזיוינעס. עס איז א מײַסע אָן אן עק, װאָס װאָלט זיך געקאָנט װײַטער ציִען (שאָלעם-אלייכעם האָט ביכלאל ליב געהאט די ,מײַסעס אָן אן עק", װײַל אין לעבן האָט געשוויבלט און געגריבלט מיט זיי). דער רײַכער סוזשעט פילט אויס אן אידיייַשע פונקציע: אף א סאטירישן אויפן באװײַזן די גרונט- לאָזיקײַט פון די אלע האָפענונגען מיטאמאָל באגליקט צו װערן; אויסלאכן די גײַציקײַט נאָך

8

געלט, װאָס נעמט אָן א כאראקטער פון א מין מאסן-מעשוגאס. די דינאמישקײַט אין אָט דעם װערק איז אף אזויפיל גרויס, אז עס װאָלט געקאָנט פארוואנדלט וװערן אין א קינאָדקאָמעדיע... ביכלאל איז געזעצמעסיק-נאטירלעך דער פאקט, װאָס שאָלעם-אלייכעם ווערט אזוי אָפט אינסצע- נירט. זײַנע װערק זײַנען אן אומויסשעפּלעכער קוואל פאר דער בינע, װוײַל זיי זײַנען פול מיט האנדלונג.

,דער דײיַיטש" איז א טיפּישע , מײַסע אָן אן עק". דעם דײַטשס קאלט-אויסגערעכנטע סא- דיסטישע נעקאָמע אין דעם קליינשטעטלדיקן ייִדן, וועלכער האָט ,אָפּנעלעקט א ביינדל" באם רײַכן אוירעך אף גאָר ניט קיין אָנשטענדיקן אויפן, װערט באוויזן דורך א ריי ענלעכע, אלץ אָנוואקסנדיקע סיטואציעס, װאָס זײַנען פארקניפּט אין א שטרענג געצילטן סוזשעט. דעם אויספיר קאָן מען אויסלייענען צווישן די שורעס: אזוינע , ביינדלעך" בלײַבן שטעקן אין האלדז...

אין ,קאָנקורענטן* דערוויסט איר זיך צום סאָף, אן ער און זי זײַנען מאן און וו יי ב. עס איז אן איבעראשנדיקער סוזשעטישער קער, װאָס טוט אן עפן אוף פאר אונדז מיטא- מאָל א טראגע דיע פון דעם אָרעמען מענטשן. אשטייגער, אזא דערציילונג, װי זעקס-און- זעכציק". דוכט זיך, נישט מער, וי = א וועלכע איין פּאסאזשיר דערציילט דעם צוייטן וועגן דעם, װי גוט עס איז אין וועג, ווען די צײַט ציט זיך לאנגזאם, וי גוט איז אין א היימישער קאָמפּאניע צו כאפן א קערטל. א שלאל װאָרט-הומאָר, ווערטלעך, כאָכמעס, האלבע אנעקדאָטן -- אָן א סוזשעטישער פארגאנצטקײַט. צום שלוס אָבער טוט שאָלעם-אלייכעם א בליץ-קלאפּ. דער דערציילער, װאָס רעדט אײַן דעם שאָכן אין ואגאָן שפּילן א זעקס-און-זעכציק, איז אליין א שולער. פון עטלעכע פראזעס ווערט דאָס אבסאָליוט קלאָר. װוי נאָר ער פארשטייט, אז זײַן מי איז ארויסגעװאָרפן, דער שאָכן האָט זיך אָנגעשטױסן, ער ער איז, סטײַעט ער ניט אף דער ערשטער סטאנציע. אלע עפּיזאָדן וערן פארקניפּט אין איין פעסטן סוזשעט. דער פארדעכטיקער פּארשוין ווערט דעמאסקירט.

דאָס זײַנען אלץ בײַשפּילן פון ניט קיין גרויסע דערציילונגען. װאָס ז די גרעסערט וערק שאָלעם-אלייכעמס? , טעוויע* איז א ציקל שי אָס שאפט א צײַט-עפּאָפּײ. יעדער נאָװעלע האָט א פעסטן סוזשעט. די לעבנס-געשיכטעס פון טעוויעס טעכטער זײַנען קא- פּיטלען פון דער עפאָפּיי. די שטורעמדיקע כוואליעס פון 7 אי עי שלאָגן האסטיק אין די נאָוועלעס. און אויך דער צוריקגאנג, די רעאקציע, די פּאָגראָמען זײַנען געוויזן אין סיטוא- ציע, אין געשעעניש. , טעוויע" איז א שעדעווער פון װאָרט-הומאָר, גלײַכצײַטיק פון סוזשעט -- ביידע זײַנען אין איין צפשמטלץ, אגעוו, אינעם װאָרט-הומאָר פון , טעוויען" איז פארבאָרגן סיטוא- ציע. טעוויעס טײַטשן די פּסוקים שפּיגלט אָפּ די צײַט אין איר דינאמישקײיַט.

אין זײַנע וערק פארגינט זיך שאָלעם-אלייכעם א וי א איין סוזשעט אין א צווייטן, כאָטש דער ארײַנגעפלאָכטענער סוזשעט גיט שטאָף פאר א זעלבשטענדיקער דערציילונג. /פונעם פּריזיוו" פארמאָגט א בײַסוזשעט. ווען מע האָט אין א א פּריסוטסטװיַע" פארבראקירט דעם בעניאָכיד, האָט דער פאָטער אוועקגעקלאפּט דעם װײַב א פארשטעלטע דעפּעשע: ,מאזל- טאָו! טאָוואר אָקאָנטשאטעלנאָ זאבראקאָוואן". די דעפעשע איז אלפּי-טאָעס אריינגעפאלן צו א שוועסטערקינד, אן אָקסן-הענדלער, וועלכער האָט גראָד אין דער זעלבער גובערניע ארויסגעטריבן א גרויסע פּארטיע אָקסן. מע קאָן זיך פאָרשטעלן, װאָס דאָ האָט זיך אָפּגעשפּילט. ,,איך האָב גע- מיינט, ער װעט מיך אופעסן א לעבעדיקן", -- דערציילט דער פאָטער פונעם פּריזיווניק. אָט האָט איר אן אויסגעצייכנטן סוזשעט מיט א פּלאָנטער און מיט אלע פאָלגן, װאָס קאָנען ארויס- קומען דערפון. פרעגט זיך, צוליב װאָס האָט דאָס שאָלעם-אלייכעם באדארפט? ,פונעם פּריזיוו" איז אן און פאר זיך גענוג סוזשעטיש אָנגעצויגן. אָבער א טיפער און טרויעריק-הומאָריסטישער געדאנק איז פאראן אין דעם ,טאָוואר זאבראקאָוואן". דער פאָטער האָט געמיינט דעם זון. דאָס שוועסטערקינד האָט אין זינען די אָקסן. די אָקסן און דער בעניאָכיד ‏ -- זיי זײַנען.. סכוירע. און בעעמעס, איז דען דער פּריזיווניק אין דער צארישער ,פּריסוטסטװיע* ניט קיין סכוירע? קעדיי ארויסצוברענגען אָט דעם געדאנק, האָט שאָלעם-אלייכעם פארווענדט נאָך א סוזשעט פון זײַנע אָנצאָליקע אויצרעס.

מיר האָבן זיך א סאך װאָס צו לערנען בא שאָלעם-אלייכעמען אין פיל הינזיכטן און אויך אין דער קונסט פון סוזשעטישקײַט. דער שרײַבער האָט געזען די האנדלונג א פילע דאָרט, װווּ פאר א ניט געניט אויג איז זי געווען פארצויגן מיט א נעפּל.

שע קאַן מען זאָגן ועגן

װון

צי איז שאָלעם-אלייכעם באריידעוודיק? ער האלט דאָך טאקע אָפט אין איין איבערכאזערן, אײַנכאזערן איינס און דאָס זעלבע ווערטל, איינע און די זעלבע פראזע. מע טאָר דערבײי ניט פארגעסן, אז דאָס איז, אייגנטלעך, די שפּראך פון די העלדן-דערציילערס, אז אָט די איבערכא-

59

| | | | / |

זערונגען שפּילן ביז גאָר א װויכטיקע ראָל. דער ,דזשענטלמען" פון דער דערציילונג ,יויסעף" כאראקטעריזירט זיך אליין אלעמאָל: ;איך בין דאָך א יונגערמאן א סויכער מיט א שטיקל נאָמען, און א שיינער פארדינער, און א קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאָדאָבנע...- מע קאָן זיך שוין אָנשטױסן, אז דאָס איז א פּארשוין, וועלכער איז קאפּאבל אף אלץ, ניט אױסגעשלאָסן קיין נידער- טרעכטיקײַט; לוט אייניקע פעדעמער אינעם סוזשעט פארשטייט מען, אז ניט אומזיסט פארטרויט אים ניט יויסעפס קאָמפּאניע. מעגלעך, אז דאָס האָט ער געלאָזט אים ארײַנפאלן אין טורמע. ער האלט פון זיך א וועלט. װאָס ער זאָל ניט דערציילן, ווערט דאָס באגלייט מיטן רעפרען: סויכער, א פארדינער, א קערבל איז בלאָטע, אי טאָמו פּאָדאָבנע".. דאָס איז א מאס קע, װאָס דעמאסקירט. שאָלעם-אלייכעמס ביטל-באצ צו אָט דעם ,/דזשענטלמען" טאפט איר אָן אין דעם ווויליונגערישן: ,אי טאָמו פּאָדאָבנע* -- האנטדבאדהא נט מיט קערבל איז בלאָטע"... סיא װוּנק, אז ער איז פיייָק אף דער רועך ווייסט װאָס: די ייִדענע פון די ,גענדז" רעדט זיך אויס איר ביטער הארץ. אין אירע נײַן מאָס רייד איז א היפש ביסל לאָשנהאָרע. זי פילט דאָס און פארענט- פערט זיך: ,/איך רעד נישט אף איר כאָלילע קיין שלעכטס און פון לאָשנהאָרע בין איך װײַט.. האָט קיין פאריבל ניט..." אונטער דער מאסקע פון די נײַן מאָס רייד זעט מען די פארהאָרעוועטע, אף טוט פארפּײַניקטע פרוי. אומבאהאָלן :: -רירנדיק זײַנען די ווערטער , האָט קיין פאריבל ניט". און עס הערט זיך אין זיי שאָלעם-אלייכעמס שטילער זיפץ איבערן גוירל פון דער ייִדענע, און דער אופמערקזאמער לייענער שפּירט, אז דאָס איז ניט גלאט קיין קאָמיש-שטײגעריש בילדל.. אויך אינעם רעפרען פון גיטל פורישקעוויטש וועגן װיסאָצקיס טיי, דעם, מישטיינסגעזאָגט, מאָ- קער פון איר פּארנאָסע, איז פארבאָרגן שאָלעם-אלייכעמס מיטגעפיל צו איר, דער מוטער, װאָס לט זיך, וי א יי פאר איר זון, אין דער צײַט, ווען די אויסגעפאשעטע זונדלעך פון די גרעסערע און קלענערע װיסאָצקיס טוען זיך אָן װוילטיק, פראנק-און-פריי פון דער צארישער סאָלדאטן-פאסט. א א עם האָט פּײַנט געהאט די בראָדסקיס און װיסאָצקי קעוויטש דערמאָנט אונדז, װי עס האָבן געלעבט. די טויזנטער פארשפרייטערס פון װיסאָצקיס טיי, די, וועלכע האָבן געהאָלפן צו שאפן זײַנע פארמעגנס. װאָס איז שײַעך געצױמטקײַט ביכלאל, איז װייניק פאראן אין דער וועלט-ליטעראטור שריי- בער, וועלכע האָבן אזוי ש פּאָ רעװ דיק געשריבן, וי שאָלעם-אליכעט, -- אף דעם קליינעם שעטעך פון נאָװעלן ארויסגעפירט מענגעס מיט פּערסאָנאזשן, פארקניפט א כאפּנדיקע סוזשעטן. ניט טאָגמעסיק איז געווען שאָלעם-אלייכעם, װי עס פלעגן אים אויסווארפן די שעצער, וועלכע זײַנען געװענדט ראק צו דער אײביקײַט, נאָר אק טועל, דאָט הײיסט אין לעבעדיקן באריר מיט די ברענענדיקסטע עפּאַָכע-פּראָבלעמעף װאָלט ער ניט דאטירט דאָס אָדער יענץ װערק, װאָלטן מיר אלציינס געװוּסט סײַ ווען עס איז אָנגעשריבן, סיי ווען עס קומען פאָר די געשעענישן. וויאזוי שאָלעם-אלייכעם לאָדט אָן מיטן טיפסטן אינהאלט זײַנע קורצע נאָװעלן, איז בוילעט צו זען פון אזא ,, אומשולדיקער" זאך, װי ;דער נעס פון הוישאנעראבע" (איניינעם מיטן , ליידיק- גייער", װאָס דינט װי אן ארײייַנפיר צום ,נעס"). דערװוייזן די אָנװעזנהײַט פון האנדלונג אין דעם פאל איז איבעריק. דאָס איז א הומאָריסטישער סוזשעט, װאָס דעטעקטיװו-מײַסטערס װאָלטן זיך פון אים ניט אָפּגעזאָגט. דער ,אנטלאָפענער לאָקאָמאָטיוו? און די פּאניק, װאָס האָט זיך געשאפן אף דער ליניע, רופט אויך הײַנט ארויס א הילכיקן געלעכטער. אין װאָס וז באשטייט די שפּאנונג פון דער זאך? נאָר אין דעם קאָמישן עפעקט? איז דאָס א פארװויילונג-שטיק, ניט מער? עס הייבט זיך ניט אִזָ ;דער נעס" איז פילפּלאניק, ער איז פול מיט אינװײניקסטן אינהאלט. דער אוי- סערלעכער עפעקט דינט דעם דאָזיקן אינהאלט. שאָלעם-אלייכעם לאכט אויס די נעבעכדיקײַט פון דער אינדוסטריאליזאציע אין דער געגנט. טוט א לייען, וי ער שילדערט די ,,מאנעוורעס" פונעם ליידיקגייער: ;און װאָס בא אונדזער ,ליידיקגייער" ווערט אָנגערופן ,מאנעוורעס", דארף איך דאָך אײַך נישט דערציילן. מע שפּאנט אויס דעם לאָקאָמאָטיוו, און די ,בריגאדע", דער קאָנדוקטאָר מיטן מאשיניסט, מיטן קאָטשעגאר, זעצן זיך אוועק איניינעם מיטן נאטשאלניק סטאנציע, מיטן זשאנדארם און מיטן טעלעגראפיסט טרינקען ביר א פלעשל נאָך א פלעשל". אייגנטלעך, איז מען גאָר ניט װײַט אוועק פון דעם באלעגאָלע, וועלכער שפּאנט אויס די פערד א גײט דורכשווענקען דעם האלדז אין קרעטשמע. דער װאָקזאל איז דאָ אויך א מין קרעטשמע.

גיטל פּוריש-

= 26

וד אי רלמולפוז ת ון אופגעקניפּט פאר-

מ שאָלעם-אלייכעם מאכט צו אש די מענאכעם-מענדלשע טרוימען צו באגליקט וװוערן באם בויען א באן. פּאָליאקאָוו ווערט רײַך, נאָר די טעפּליקער, בערשאדער, הײַסינער, באָהאָפּאָליער באלעבאטים, ,אונדזערע פּאָליאקאָווס", װי מע האָט זיי אָנגערופן, בלײַבן באם נאר: ,מע האָט

60

געפאטערט, װוּ ווער מע האָט געהאט א גראָשן, און מע האָט פארזאָגט קינדס-קינדער, אז צו א באן טאָר מען זיך ניט צורירן". װאָס בלײַבט זיי טאָן? --- דערציילן ;װוּנדערלעכע* מײַסעס וועגן זייער ,ליידיקגייער....

א ציקאװער ייד -- אזוי װוערט כאראקטעריזירט בערל דער עסיקמאכער, װאָס האָט געלאָזט גיין דעם אויסגעשפּאנטן לאָקאָמאָטיוו. דאָס איז איינער פון שאָלעם-אלייכעמס ,טשודא- קעס", ער איז א טרוימער, נאָר ניט פונעם גרויסן געווינס טרוימט ער. אין מאשינעריע איז ער פארקאָכט. װוי קאָמיש ער זעט ניט אויס בעשאסן דערקלערן זײַן פּארטניאָר, דעם גאלעך, אין װאָס עס באשטייט דער סייכל פון א לאָקאָמאָטיו, איז ער בעפיירעש אן אײיגנארטיקער קלײנשטעטלדיקער ריטער פון דער מאשין, ועלכע האָט זיך פאָרט אריינגע- ריסן אין די פאױװואָרפענע העקן.

הײַנט װאָס האָט די ווערט די באשרייבונג פון די צווישנבאציונגען בא אָט דער פּאָר אפן ;אנטלאָפענעם" לאָקאָמאָטיוו -- בערל און דער גאלעך? דער גאלעך איז, דוכט זיך, אופגעבראכט, װאָס בערל האָט אים אריינגעשלעפט אין אזא אוואנטיורע, און פונדעסטוועגן שאפט זיך צװוישן זי אָט דאָ, אין דער קימאט פאנטאסטיש-לעכערלעכער סיטואציע, א גוטפריַינטשאפט. ,הערסטן.. איך האָב גאָר ניט געװוּסט, אז דו ביסט אזא"... -- ווענדט זיך צו בערלען באם געזעגענען זיך דער גאלעך... און ציט אויס א האנט און מאכט צו אים ,פּראָשטשײַ?... ער האָט גאָר ניט געװוּסט, א מין ציקאווער, װווילער פענטש עס איז בערל עסיקמאכער.

אָט וויפל פלאכן עס זײַנען פאראן אין א קליינינקער דערציילונג ;דער נעס פון הוישאנע- ראבע". און וויפל צענדליקער ניסים אזוינע האָט צום לעבן געבראכט שאָלעם-אלייכעם! אזוי, אז עס קאָן אפילע קיין רייד ניט זײַן װועגן מאנגל אין האנדלונג, וועגן ניט-געצױימטקײַט, וועגן באריידעוודיקייט.

ש. ניגער האָט אמאָל ארױיסגעזאָגט א געדאנק, אז שאָלעם-אלייכעם וויל, אייגנטלעך, ניט איבערמאכן די וועלט, דאָס הייסט, אז ער איזניט קײן קעמפערישע נאטור. ניגער איז עפשער ניט דער איינציקער, װאָס האָט אזוי באנומען שאָלעם-אלייכעמען. דאָס אנטשפּרעכט אָבער אבסאָליוט ניט דער װירקלעכקײַט.

מיר ווייסן: שוין אין אָנהייב פון זײַן שעפערישן וועג טרעט שאָלעם-אלייכעם ארײַן אין העפ- טיקע, פארביסענע ליטערארישע, פּינקטלעכער -- ליטעראריש-געזעלשאפטלעכע שלאכטן. ,שאָ- מערס מישפּעט, װוי אויך אנדערע זײַנע ארטיקלען פון די 80-ער און 90-ער יאָרן, --- דאָס זײַנען פּאמפלעטן, געװוענדטע קעגן דער פארפלייצונג פון ,העכסט-אינטערעסאנטע" ראָמאנען, קעגן ווילדער כאלטורע, װאָס האָט פארגרעבט די געשמאקן און אָפּנעסאמט די מויכעס; דאָס זײַנען פּובליציסטישע װוערק, װאָס באשטעטיקן געזונטן רעאליזם לויט די בעסטע מוסטערן פון קרי- טישן רעאליזם. אזוי האָט שאָלעם-אלייכעם אָנגעהויבן, אזוי האָט ער פאָרגעזעצט דעם קאמף דאָס גאנצע לעבן זײַנס.

שאָלעם-אלייכעם פירט אומופהערלעכע ליטערארישע שלאכטן ניט נאָר אין זײַנע ארטיקלען, ארויסזאָגונגען, בריוו. אין די קינסטלערישע װערק גופע גייען אָן די שטרײַטן, צומאָל אָפן, צומאָל אין אונטערטעקסט.

מענטש פון בוענאָס-אײַרעס* איז א מײַסע מיט א געהיימעניש, װאָס דער לייענער טאפּט זי אָן, פארשטייט זי. דאָס אליין, װאָס זי ווערט ניט אָנגערופן, טראָגט שוין די כאראקטעריסטיק אירע. עס זײַנען פאראנען מיעסע זאכן, װאָס ס'איז גאָר ניט נייטיק צו פּױקן וועגן זיי, אז מע זאָל די מיִעסקײַט דערזען. שאָלעם-אלייכעם גיט דאָס װאָרט דעם פרויען-הענדלער, וועלכער שטאמט פון רוסלאנד און װוינט אין בוענאָס-אײַרעס. און דער ;מענטש" דעמאסקירט זיך אין זײַן פולער ,פּראכט", מיט זײַן גאנצן מאָראלישן קאָדעקס, מיט זײַן קוק אפן לעבן, מיט זײַן עוװילטעטיקײַט*. אפילע מיט זײַנע ,גײַסטיקע סענטימענטן" (אשטייגער, דאָס בענקען נאָכן שטעטעלע סאָשמאקען, נאָך דער אלטער היים אין רוסלאנד). שאָלעט-אלייכעם בויט אזוי די דער- ציילונג, אז דער לייענער זאָל אף קיין איין װײַלע ניט גערירט ווערן פון דעם ,,הײיליקן ציל", װאָס טרײַבט דעם העלד צו זיך אין שטעטל. ער וויל כאסענע האָבן אף א לײַטישן אויפן: ...,כאסענע האָבן פאָר איך קיין סאָשמאקען. איך װויל אן אָנשטענדיק קינד. א ייִדישע טאָכטער... גליקלעך װעט זי אָפּלעבן בא מיר --- איר װעט מיר גלייבן, צי ניט? --- װי קיין פרוי אין דער גאנצער וועלט!.. די קינדער װעל איך לאָזן שטודירן, דעם אף דאָקטער, דעם אף אינזשעניער, דעם אף יוריסט. די טעכטער װעל איך אָפּשיקן אין א ייִדישן געשלאָסענעם פּאנסיאָן.."

גיט נאָר אין א ייִדישן, -- אין א געשלאָסענעם פּאנסיאָן. אפּאָנעם, קיין גוט-אויג זאָל זי ניט שאטן...

1

וויפל פאראכטונג איז פאראן אין אָט די ווערטער צום פרויען-הענדלער און צו דער יאני שטענדיקער" סאָציאלער סיסטעם, װאָס האָט אים געשאפן!

ביכלאל גענומען האָט זיך שאָלעם-אלייכעם ניט געװוענדט צו אָט דער טעמע אפילע אין די יאָרן פון רעאקציע, ווען אפן ביכער-מארק זײַנען ארויסגעװאָרפן געװאָרן אָן א שיר הארצרײַסג- דיקע ראָמאנען וועגן געפאלענע פרויען, וועגן האנדל מיט פרויען, וועגן פארקויפטער ליבע. אָבער אין די דערציילונגען, װוּ ער בארירט די פּראָבלעם, ווערט זי גענומען אין א סאָציאלן אספּעקט. שאָלעם-אלייכעמס דערציילונג ווערט װי קעגנגעשטעלט די ,, מאָדנע", אָנציִענדיקע װוערק אף אָט דער טעמע.

;דער מענטש פון בוענאָס-אײַרעס" איז א שארף-סאטירישע דערציילונג. און עס איז א מוסטער פון שאָלעם-אלייכעמס קינסטלעריש-געזעלשאפטלעכע שלאכטן.

און אָט איז נאָך א קאפּיטל פון שאָלעם-אלייכעמס אייגנארטיקע ליטערארישע שלאכטן, גראָד נאָענט צו דעם פריִערדיקן פּראָבלעמען-קרײַז. ,קייווער-אָװועס? איז אָנגעשריבן אין דעם זעלבן 9סטן יאָר. דעמלט האָט געראשט מיט ארציבאשעווס ראָמאן /סאנין". דער העלד פונעם ראָמאן איז א פארקערפּערונג פון דעם אופגעשװוּמענעם אין די צײַטן פון רעאקציע ,אויבערמענטשן", בא וועמען דאָס גראָב-פיזישע, פּאָשעטער גערעדט -- דאָס כײיישע, שטויסט ארויס דאָס מענטש- לעכע, אלע מאָראלישע װוערטן. אין דעם רעאקציע-פּעריאָד איז א טייל אנטוישטע און פארפירטע יוגנט פארכאפּט געװאָרן פון אָט דעם ווערק. געווען א צײַט, ווען עס האָט זיך פארשפּרײט צווישן דער גײַסטיק-געבראָכענער יוגנט די מאגייפע פון זעלבסטמאָרדן. אין , קייווער-אָװעס" טרעט שאָלעם-אלייכעם אָפן ארויס קעגן אָט דער דערשיינונג.

אין מויל פון דעם געליטענעם, דעם אומגליקלעכן פאָטער, וועמעס טאָכטער האָט זיך גע- נומען דאָס לעבן, געפאלן א קאָרבן פון דער ,ארציבאשעוושטשינע", -- לייגט שאָלעם-אלייכעם ארײַן א הומאָריסטיש-סאטירישע אָפּשאצונג פון דעם מין ליטעראטור. עס רעדט דער דערציי לער, נאָר ס'איז קלאָר, אז דאָס איז שאָלעם-אלייכעמס מיינונג. עס רעדט דער געזונטער, רעאלער כוש פון דעם פּאָשעטן ייִדן. דער ייד האָט געפאקט ארציבאשעווס ווערק, װאָס איז אזוי געשעצט און געהויבן בא זײַן טאָכטער און אירע כאוויירים. אליין קאָן ער זיך ניט פארנעמען דערמיט, -- גיט ער דאָס איבערלייענען דעם פּריקאזשטשיק און פאָדערט בא אים א דין-וועכעזשבן, ער זאָל אים דערקלערן, װאָס איז דאָס אזעלכס. דאָ מוז מען זיך דערלויבן איין גרעסערע ציטאטע:

,. און מײַן באָכערל הייבט מיר אָן צו דערציילן א מײַסע... װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? א װאָרט צו א װאָרט קלעפט זיך נישט. אָט װעט איר הערן א טשעפּוכא: ...עס איז געווען... א פאֲני, האָט ער געהייסן סאני. און האָט ליב געהאט דעם טרונק און פארביסן מיט א זויערן אוגעריק.. און א שוועסטער האָט ער געהאט, האָט זי געהייסן לידע, האָט זי גרײַלעך ליב געהאט א דאָקטער, נאָר מעובערעס איז זי געװאָרן פון אן אָפיצער... און א סטודענט איז געווען... האָט ער מוירעדיק ליב געהאט א מיידל און א לערערקע מיטן נאָמען קראסאוויצע. איז זי איינמאָל געפאָרן באנאכט אף א שיפל, איר מיינט מיט איר כאָסן? דאפקע מיט אָט דעם שיקער סאני. און א לערער איוואן איז דאָרטן געווען, איז ער געגאנגען מיטן שיקער קוקן, װי נאקעטע מיידלעך באָדן זיך... דער שיקער סאני האָט געהאט א טעווע, ער פלעגט הירזשען, װי א פערד. און אפילע צו זײַן אייגענער שוועסטער, אז ער פלעגט קומען אהיים, האָט ער... דער שפּיץ איז... אז דער אָפיצער האָט זיך געשאָסן, און דער סטודענט האָט זיך געשאָסן, און די קראסאוויצע האָט זיך געסאמט. און א יִד סאָלאָוייטשיק איז דאָרט פאראן, האָט ער זיך אויך אופגעהאנגען...*

ווען דער נאָװעראָדעקער באָכער מיט דער פויגלשער ברוסט טײַנעט צום ייַדן אז סאנין איז א העלד, ענטפערט ער אים זייער טרעפלעך: ,װאָס הייסט דאָס, זאָג איך, א העלד? דערמיט, זאָג איך, װאָס ער טרינקט בראנפן פון א טיי-גלאָז, פארבײַסט מיט אן אוגעריק, זאָג איך, און הירזשעט, וי א פערךד?"

כ'לעבן, אויסגעצייכנטע פאָלקס-פּאמפלעטישע שורעס וועגן ארציבאשעוון און זײַן ,העלד" סאנינען! שאָלעם-אלייכעם באװײַזט, אז דער דאָזיקער ייד פון א גאנץ יאָר, װאָס האָט מוירע געהאט פאר רעװאָליוציעס, באָמבעס, דעמאָנסטראציעס, געציטערט, זײַן באסיעכידקע זאָל ניט אָנטײלנעמען אין די געשעענישן, ניט ארײַנפאלן אין טורמע, הייבט אָן מיט זײַן סייכל-האיאָשער צו באנעמען, אז די רעאקציע איז פיל געפערלעכער פאר זײַן טאָכטער. ער איז זיך מוידע:

.../נו, גי זײַ א נאָװי, אז סע איז נאָך פאראן ערגערס פון באָמבעס און איבער אזא טשעפּוכא זאָל איך פארלירן א קינד א גאָלד, א באסיעכידקע, איין אויג אין קאָפּ.."

אזויארום האָט שאָלעם-אלייכעם פאקטיש פארשטעמפלט די אארציבאשעוושטשינע" אין סאמע ברען אירן. די צענדליקער טויזנטער לייענער זײַנע, צװישן זי א סאך, א סאך יונגע מענטשן, האָבן געשמאק געלאכט, לייענענדיק די כאראקטעריסטיק פון סאנינען. און זיי האָבן

5 62

דערזען די צײַטװײַליקע עקלדיקע דערשײַנונג אין איר לעכערלעכקײַט, נישטיקײַט און שעד- לעכקײַט. דאָס איז געווען א װירדיק קאפּיטל אין די ליטעראריש-געזעלשאפטלעכע שלאכטן פון יענער צײַט.

,דרײַ אלמאָנעס* (געשריבן אין 1907) -- דאָס זײַנען מײַסעס-מאָנאָלאָגן פון ;אן אלטן באָכער א באלקײַסן". דער ,טשודאק? זאָגט זיך ארויס וועגן פארשיידענע ברענענדיקע טאָג- פראגעס. דאָס אקטואליזירט שטארק דאָס ווערק. פיל געדאנקען פון אָט דעם ,טשודאק" זײַנען, בעלי-סאָפעק, אייגנטימלעך דעם מעכאבער.

עס איז באװוּסט, מיט װאָס פאר א גוואלדיקן אָפּשײַ שאָלעם-אלייכעם האָט זיך באצויגן צו טאָלסטאָיען. אין א בריוו דעם דאָקטער פּערפער פון 1 דעקאבער 1910 דריקט ער אויס זײַן באגײיסטערונג פאר דער ,שײַנענדיקער, לײַכטנדיקער און ווארעמענדיקער זון, װאָס האָט גע- הייסן , טאָלסטאָי"... דאָס איז געשריבן נאָך טאָלסטאָיס טויט. מיט דרײיַ יאָר פריִער זאָגט זיך ארויס וועגן טאָלסטאָיען דער ,טשודאק" פון די , דרײַ אלמאָנעס". ער איז אופגעבראכט אף די ראדיקאלע יונגעלײַט, װאָס אין זייער קלוימערשטער רעװאָליוציאָנערישקײַט לייקענען זי אָפּ טאָלסטאָיען: ,איך האָב דערהערט אינמאָל פון זיי א שמועס, אז גראף טאָלסטאָי איז גאָרניט. איך בין ניט פון גראף טאָלסטאָיס כסידים, איך זאָל אים פארגעטערן מיט זײַן פילאָסאָפיע און מיט זײַן נײַער טוירע פון יעזוס קריסטוס, װאָס ער מאכט פון אים דאָס, װאָס ער איז קיינמאָל ניט געווען; נאָר אלס קינסטלער שטייט בא מיר טאָלסטאָי ניט נידעריקער פון שעקספירן...*

איבעריק צו דערװײַזן, אז דאָס איז שאָלעם-אלייכעמס געדאנק. און ס'איז צו באװוּנדערן, סארא רעאלן, טיף-דורכגעטראכטן צוגאנג ער װײַזט ארויס, װי עס װערט בא אים אָפּגעטײלט טאָלסטאָי דער קריסטוס-פּריידיקער פון טאָלסטאָי דעם קינסטלער. דאָס איז אין 1907, אין דער צײַט פון רעאקציע, ווען די , טאָלסטאָװסטװאָ? האָט זיך אָנגעהויבן ברייט פארשפּרייטן, צונויפ- פּאָרנדיק זיך מיט די פארשיידענע פאָרמען פון גאָטזוכעניש ביכלאל, ווען די לערע פון ניט קעגנ- שטעלן זיך דעם בייז איז געווען מאמעש א געזעלשאפטלעכע געפאר.

אין ,, דריי אלמאָנעס" זיינען פאראן נאָך א פּאָר מוסטערן פון שאָלעם-אלייכעמס ליטערא- רישע שלאכטן. עס איז געווען א צײַט, ווען מע האָט אין דער ליטעראטור זיך א ;,נעם געטאָן" צו פּסיכאָלאָגיע. שאָלעם-אלייכעם טרעט ארויס קעגן ,פּסיכאָלאָגיע-גריבלענישן", קעגן ;אירא- ציאָנעלן* אין דער פּסיכיק, װאָס האָט דאן גענומען צוציען א ריי קינסטלער. אָט װי עס רעדט שאָלעם-אלייכעמס , טשודאק" וועגן דעם:

קלײניקײַט פסי-כאָ-לאָדגיע; ווייסט איר, װאָס איז די טײַטש פּסיכאָלאָגיע? פּסיכאָלאָגיע איז א פעטרישקע. עס זעט אויס שיין, האָט א גוטן רייעך, און אז מע שיט דאָס ארוף אף א גע- קעכטס, איז דאָס געשמאק. גייט זשע אָבער קײַעט פּעטרישקע: איר ווילט ניט? הײַנט װאָס דער- ציילט איר פּסיכאָלאָגיע? אז איר ווילט וויסן די עמעסע פּסיכאָלאָגיע, זעצט מען זיך אוועק און מע הערט אויס מיט קאָפּ, װאָס מע דערציילט אײַך, און ערשט נאָכדעם װועט איר א בריירע האָבן ארויסצוזאָגן אײַער מיינונג, פונוואנען עס נעמט זיך אומגליק און װוּ ליגט עגאָיִזם...י

אלזאָ, שאָלעם-אלייכעם ווארפט ניט אָפּ קיין עמעסע פּסיכאָלאָגיע, װאָס זוכט די װאָרצלען פון די דערשיײיַנונגען, ער איז קעגן פּעטרישקע-פּסיכאָלאָגיע, וועלכע איז בארופן בלויז צופּוצן, מאכן דעם אָנשטעל פון עפּעס רעכטס. דאָס כאלאס פון פּעטרישקע-פּסיכאָלאָגיע איז דעמלט פארטראָגן געװאָרן אויך אין דער ייִדישער ליטעראטור. שאָלעם-אלייכעם לאכט דאָס אויס, פּונקט װי אין א בריוו צום זון שפּעט ער אָפּ די באזינגערס פון די ,בארדיטשעווער פיאָרדן", וועלכע האלטן זיך פאר גרויסע באנייערס.. װי א רעאליסט, וועלכער איז ענג פארבונדן מיטן פאָלק, מיט אלע זײַנע ליידן און פריידן, האָט ער ביז גאָר איראָניש זיך באצויגן צו די האמסו- ניש-געזאָנענע ליטערארישע יונגעלײַטלעך, וועלכע האָבן געפּרוװוט די בערדיטשעווער, אָדער ווארשעווער, אָדער ווילנער אטמאָספער איבערטראנספּאָרטירן אזש צו די ברעגן פון נאָרװעגיע און אזויארום זי ,דערהייבן?. ער האָט אין דעם אײַנגעזען דעם אָפּגאנג פון רעאליזם.

ער לאכט אויך אויס די גװאלדאָוװונע הויכע װערטער, די אופגעבלאָזענע שײנקײַטן, די פּאפּירענע פּייזאזשיסטיק. דער , טשודאק" דערציילט וועגן דער יונגער ראָזען:

;ס'איז געוואקסן און ס'איז אויסגעוואקסן און אופגעבליט, ,וי א צערטלעכע רויז", װאָלט איך געזאָגט, ווען איך זאָל מיך וועלן אויסדריקן אינעם לאָשן פון אײַערע ראָמאניסטן, װאָס האָבן אזא יעדיִע אין דעם אופבליִען פון א רויז, װי א טערק אין ראבאָנען-קאדעש. גרויסע

63

בעריעס אף צו זיצן מיט די פיס צום פּײַער און באשרײַבן די נאטור, מיטן גרינעם וואלד, מיטן רוישנדיקן יאם, מיט די זאמדיקע בערג, מיטן פאראיאָריקן שניי, מיט די אָפּגעשלאָגענע הוישײַ- נעס, מיט די נעכטיקע טעג -- אָנקוקן קאָן איך זי ניט, אָט די באשרײַבעכצן זייערע, װאָס שלאָגן צו דער גאלי.. אז איך נעם א בוך און דערזע, אז די זון האָט געשײַנט, די לעװאָנע האָט געשפּא- צירט, די לופט איז געװען דופטיק, די פייגעלעך האָבן געפישטשעט, טו איך א שלײַדער דאָס בוך אין דער ערד אריין!"

שאָלעם-אלייכעם האָט געװאָרנט דעם לייענער: לאָז זיך ניט פארפירן פון די סטאנדארטע, װאָלװעלע, זיסלעכע נאטורבאשרײַבערס. דאָס איז געווען זייער אקטועל. און אוב איר וילט, זײַנען די דאָזיקע , שײינקײַטן", די פּאפּירענע פּייזאזשיסטיק, ניט אױיסגעװאָרצלט פון דער ליטע- ראטור ביז הײַנטיקן טאָג. עס טרעפט נאָך, צום באדויערן, אז א נעבעכדיקער אינהאלט און אָרעמער געדאנק װערט אײַנגעװיקלט אין געצאצקעטע קאראמעלקעס-פאפירלעך..

איין פראזע דעם ,טשודאקס" פון די , דרײַ אלמאָנעס" מוזן מיר נאָך ברענגען. פארגעסט

ע-ר

ניט, עס איז אָנגעשריבן אין 1907, ווען עס האָבן זיך צעבליט די פארשיידענע ,אויסדערויילט-

בעצב? לנל קײַט-געזאנגען". אזוי װי עס האָט זיך געקריסטלט, אזוי האָט זיך געייַדלט. דאָרט האָט מען גע- רופן אין קלויסטער, דאָ האָט מען געשלעפּט , צוריק, אין שול ארײַן". שאָלעם-אלייכעמען זײַנען אָט די רופן געווען פרעמד. זײַן רעאליסטישער קינסטלער-גײַסט האָט דאָס ני שטוינען מאמעש, יװען מיר לייענען איצט אָט די קורצע פראזע:

קאטר. מײיַנט. אז איה מיט אײַער אטאַָבאַכארטאַנ. װאָס איה זינגט אים אײַן (דעם יידן,. הײסט דאָס. -- א. ה) ‏ טוט איר אים א גרויסע טויװע? עס הײבט זיך גאָר נישט אָן!"

שאָלעם-אלייכעם האָט פּײַנט געהאט די שמירערס פון , ליבע-ראָמאנען?. ער האָט אויסגע- לאכט די פארעלטערטע מאסקיליש-נאיווע גראפאָמאניע. אין דעד דערציילונג ;אן אייצע" (1904) גיט ער א בליץ-קורצע כאראקטעריסטיק פון אזא מין סאָרט מעכאבער: גאָט באלד נעמט ער זיך צום בוזעם און שלעפּט ארויס א היפּש ביסל קסאָווים. געוויס א ראָמאן אין דרי טיילן, לאנג, װי דער ייִדישער גאָלעס, אָדער א דראמע אין פיר אקטן, װאָס די פּארשוינען הייסן: מערדערזאָן, ערליכמאן, פרומהארץ, ביטערצװײַג אוקעדוימע אזעלכע נעמען, װאָס פון זיי אליין

ע -א-ען

ט פארדײַעט. מ

זעט איר שוין

זיי אל ארויס, מיט וועמען איר האָט צו טאָן... און אויך די מעכאברים פון די שאבלאָנע ציִען-לידער, װאָס האָבן זיך אין יענע צײַטן גענוד מען פרוכפּערן און מערן, האָט שאָלעם-אלייכעם ניט געשוינט. אין דער זעלבער דאר גי קריגן זיי א גאָב. דער אװוטאָר וויל אלץ טרעפן, װוער איז דער יונגערמאן, דער באזוכער זײַנער. זײַענדיק זיכער, אז ער איז פאָרט א מעכאבער, טוט ער א קלער: , און עפשער איז דאָס גאָר נײַע לידער פון ציִען? אהין אף די בערג טוט אים ציִען, דאָרט, װוּ דער אָדלער טוט פּליֶען, דאָרט, װוּ דער איילבירט טוט בליען, דאָרט, װווּ די נעוויִיִם האָבן געטאָן ריִען און פאר גאָט געטאָן קניִען... מיר זײַנען קענטלעך די דאָזיקע לידלעך, די דאָזיקע גראמען, װאָס קריכן פונעם האלדה שעמערירן אין די אויגן, זשומען אין די אויערן און לאָזן איבער אין הארצן נאָך זיך א ווילדצ פּוסטקײַט, א מאָדנע װיסטעניש אף דער נעשאָמע...* קאָמענטארן, וי זאָגט מען דאָס, זיַנען איבעריק. ו פון דער שלאכט קעגן שאָמעריזם האָט שאָלעם-אלייכעם אָנגעהױיבן. אין די לעצטע אאָרן | פון זײַן לעבן האָט ער װוידער אופגעהויבן זיך מיט דער גאנצער קראפט פון זײַן הומאָר און

סאטירע קעגן דעם באנײַטן שאָמעריזם, קעגן דעם שטראָם שונד-ראָמאנען אין דער ייִדישער פּרעסע סייַ אין רוסלאנד, סײַ אין אמעריקע. דער ייִדישער שונד-טעאטער האָט אין ,בלאָנדונדע שטערן" געקראָגן א טויט-קלאפּ. מע דארף אין זינען האָבן, אז גאנץ אָנגעזעענע קריטיקער האָבן אפילע װי בארעכטיקט די עקזיסטענץ פון די ייִדיש-פּאטריאָטישע אָפּערעטן מיט די רייצנדע פּרימאדאָנעס*. די שולד איז ארופגעװאָרפן געװאָרן אפן אָפּגעשטאנענעם אוילעם, מער וי אף די שארלאטאנען-אנטרעפּרעניאָרן, די הענדלערס מיט טעאטער. װאָס זאָל מען טאָן? דער אוילעם, דער אזויגערופענער ,מוישע", פאַדערט דאָס. א בעסערער, ערנסטער טעאטער קאָן גע- מאָלט זײַן פאר אויסדערוויילטע, פאר דער ;עליטע"...

שאָלעם-אלייכעם האָט מיט גרויס לײַדנשאפט אופגעריסן דאָס בראָדװײייַשע ייִדישע טע- אטער-וועלטל. ער האָט דערמיט געלערנט ניט נאָכשלעפּן זיך נאָך די אָפּ געשטאנענע געשמאקן זײַנע ארויסטרעטונגען האָבן געעפנט די אויגן בא טויזנטער

4--59 644

ר 7 1 4544:4::5:::2:222255 ע ע ע ע ע ע ע טע ע ע ע ע ע ע לע עררסססססהח

באזוכער פונעם ייִדישן טעאטער, געװעקט זייער קריטישן כוש, זי זאָלן זיך ניט לאָזן פארפירן פון דעם פּוסטן רעקלאמע-ראש.

שאָלעם-אלייכעם איז געווען דער אומדערמידלעכער קעמפער פאר עמעסער, ווירקלעך גרוי- סער ליטעראטור און קונסט.

ווער איז ניט אנציקט געווען פון שאָלעם-אלייכעמס קינדער-דערציילונגען -- אָנהײבנדיק פון דעם , מעסערל* און ביז , מאָטל פּייסיס"! מיט זײַנע קינדער-דערציילונגען האָט שאָלעם-אליי- כעם אריינגעבראכט אין דער ליטעראטור דאפקע די שטיפערס, די װײַסעכעװרעניקעס, װאָס זײַנען אײַך מויכל אלע ציצעס און קאפּאָטקעלעך, זיי װעלן דאָס אָפּגעבן אין גלײַכן געלט פאר א מעסערל, פאר א פידל, פאר מענאשעכע דער רויפעטעס סאָד. ניט קיין אײיַנגעהויקערטע קינ- דער, ניט קיין מאָרגנדיקע זײַדענע יונגעלײַטלעך, -- מיט אָפענע אויגן קוקן זיי אף דער וועלט און זעען זי בעסער, איידער די טאטעס. נאָרמאלע קינדער!

מאָטל געהערט צו דער אינטערנאציאָנאלער קינדער-וועלט. אלע אקסעסוארן פונעם ייִדישן שטעטל זײַנען פאראן אין דעם װוערק -- און פונדעסטוועגן פארשטייען מאָטלען רוסן און פֹּאָ- ליאקן, פראנצויזן און ענגלענדער און יאפּאָנער... און ווער ניט? דאָס נעמט זיך דערפון, װאָס דער קליינינקער העלד איז אין זײַן נאציאָנאלער סוויווע גענומען ברייט-מענטשלעך. אף אזא אויפן האָט מארק טווען געשילדערט זײַן טאָם סאָיער. ווען איך לייען, אשטייגער, דעם עפּיזאָד, וי טאָם האָט זיך אן , אייצע געגעבן* מיט פארבן דעם פּארקן, טראכט איך מיר: מאָטל װאָלט אויך געפאלן אף דעם ,סייכל", װײַל טאָם און מאָטל זייַנען וי לײַבלעכע ברידערלעך.

און אָנגעשריבן איז ,,מאָטל פייסי דעם כאזנס" אין צײַט פון רעאקציע (1907), פאָרגעזעצט

שוין אין דער װײַטער אמעריקע. אויך דאָרטן האָט זיך מאָטל ניט פארלוירן, אין דער יאָגעניש און האוועניש, אין דער פינצטערער שאפּ-װירקלעכקײַט. זײײַן שמייכל באלויכט די שטיינערנע פעלדער, די ניו-יאָרקער סטריטס. ער איז אן אָפּטימיסט. ער איז, זאָל מיר דערלויבט זײַן א סענטימענטאלע שורע, דער שיר-האשירים פון דער ייִדישער קינדערשאפט. און מיר דוכט, איך הער שאָלעם-אלייכעמס שטים: באטראכט זיך נאָר! אין אָט דער אָרעמער וועלט, דער באלעסטיק- טער נאָך דערצו מיט לאנג אוױיסגעװעפּטע מינהאָגים און שטייגער-זיטן, וואקסן נאָרמאלע קינ- דער, פולקאָם נאָרמאלע! זיי זײַנען די האָפענונג, די צוקונפט פונעם פאָלק!

אין דעם איז דער אידיייַשער מעהוס פון ,,/מאָטל פּייסי דעם כאזנס".

אף די יונגע פלייצעס פון מאָטלען שפּארט זיך שאָלעם-אלייכעם אָן. דאָס איז דער געזונטער קויעך פונעם פאָלק. אזוי שפּארט ער זיך אויך אָן אף טעוויעס אלטע פּלײיצעס. טעוויע נעמט אוף און בארעכטיקט דאָס נײַע. סאָפּקאָלסאָף איז פעפערל זײַן מענטש. קליין אין דער צאָל זײַנען געווען צװוישן ייִדן די טעוויעס. קיין פּויערטום איז דאָך בא אונדז קימאט װי ניט געווען. מערקווירדיק, װאָס שאָלעם-אלייכעם, וועלכער איז געווען פילבאר צו צײַט און סוויווע אין אלע כאראקטער-דעטאלן, האָט טעוויען אויסגעקליבן פאר איינעם פון די צענטראלע און באליבטע העלדן. ער גלייבט אין טעוויען, ער זעט אין אים א נאציַאָנאלע קראפט.

די מענאכעם-מענדלשע ;גליקן" לאכט שאָלעם-אלייכעם אויס אָן ראכמאָנעס. ער טרעט קיינמאָל ניט אָפּ פון זײַן פּראָגראם, װאָס איז פּראָקלאמירט אין דעם אריינפיר צו דעם מענאכעם- מענדל-בוך. א לץ, װאָס איז געבויט אף זאמד, מוז זיך איבערקערן מע- נאכעםימענדלשקײַט אי דער קעגנזאץ צו פא רװאָרצ לט קײַ ט. שאָלעם-אלייכעם פילט אויס באװוּסטזיניק א היסטאָריש-וויכטיקע אידיייש-געזעלשאפטלעכע שליכעס, אראָפּ- רײַסנדיק אלע מענאכעם-מענדלשע טרוימען. מע װאָלט געקאָנט שאפן א מין ענציקלאָפּעדיע פון די צאָלרײַכע, גרעסערע און קלענערע מענאכעם-מענדלס, וועלכע וואנדלען ארום אין שאָלעם- אלייכעמס ביכער. יעדערער פון זיי האָט זײַנע אינדיווידועלע שטריכן, נאָר זיי װוערן